מוצאי שבת פ' בא • ג' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
גרויס ניסים האט פאסירט דעם ערב שבת ווען א העלישע פייער האט אויסגעבראכן ביים ביהמ"ד הגדול ויואל משה סאטמאר אין מאנטשעסטער וואו א גרויס טייל פונעם בנין איז ארויף אין פלאמען, בחסדי שמים האט מען באוויזן ארויסצוראטעווען אלע ספרי תורה און תפילין אומגעשעדיגט, און יעדער איז עוועאקואירט געווארן פונעם בנין אן קיין מענטשליכע שאדנס.
די פייער האט זיך אנגעפאנגען ביים שקיעה, נאך 5 אזייגער פארנאכטס, אין די אפיסעס ביי די העכערע שטאקן פון די בנין הביהמ"ד וואס געפינט זיך אויף די נארטאמבערלענד גאס, ווארשיינליך פון אן אלעקטעריק פייער. די פלאמען האט אנגעברענגט א שטארקע רויעך אין די גאנצע היימישע געגענט, און איז געזעהן געווארן מיילן ווייט.
די ערשטע מתפללים וואס זענען אנגעקומען צום דאווענען האבן באמערקט די פייער און האבן באלד אלאמירט די פייער דעפארטמענט וועלכע האבן געארבעט העכער צוויי שעה צו ברענגען דעם שריפה אונטער קאנטראל איבערלאזנדיג ערנסטע שאדנס צו די העכערע שטאקן פון די געביידע, אריינגערעכנט די עזרת נשים וואס איז טיילווייז געשעדיגט געווארן.
די פייער לעשער האבן אפגעשפארט די גאנצע געביידע, זיכער צו מאכן אז די ארומיגע געביידעס זענען נישט אין געפאר פון צוריק אויפפלאמען, און אויסגעשאלטערט די עלעקטעריק פונעם בנין. זיי האבן אונטערגענימען א גרונטליכע אויספארשונגען צו דערגיין די גענויע אורזאך פונעם פייער.
דורכאויס שבת האבן די חברי הקהילה געדאווענט אלע תפילות אינעם בשכינות'דיגע ביהמ"ד "החדש" נעבן ביהמ"ד, און די עסקנים קוקן אריין אין פלענער פאר א צייטווייליגע לאקאל פאר די תפילות, ביז מען וועט צוריקשטעלן דעם ביהמ"ד על מכונו.