דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
א כוואליע פון התרגשות עצומה נעמט ארום חסידי בעלזא בכל אתר ואתר זיך גרייטנדיג צו די היסטארישע חגיגה אדירה "עשר עטרות" וואס וועט אפצייכענען די גלאררייכע תקופה פון "פינף און פערציג יאר" זינט'ן התייסדות פון "קהל מחזיקי הדת" דחסידי בעלזא בשנת תש"מ.
דער מעמד אדיר ונשגב וועט געפייערט ווערן במקהלות רבבות חסידי בעלזא וואס וועלן זיך צונויפזאמלען בהמוניהם, כולם נקבצו באו להודות ולהלל אויף די לעכטיגע שנות הנהגה און נשיאות פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט מייסד געווען און מעמיד געווען די הייליגע קהלה "מחזיקי הדת" וואס איז אויסגעשטיגן אלס פרעכטיגע אימפעריע פון המשכת הדורות והעמדת הדת על תלה לתפארת בית בעלזא.
דער מעמד וועט אפגעראכטן ווערן אויף א זעלטן גייסטרייכן און קעניגליכן פארנעם דעם קומענדיגן ראש חודש ניסן, זונטאג פר' ויקרא, ביום שנטלו "עשר עטרות", אין די גיגאנטישע בניני האומה אין ירושלים עיה"ק, מיט די באשיינונג פון די צענדליגער רבני ודייני הקהלה און די טויזנטער חסידים זקנים עם נערים, וואס זענען חונים על דגל חצר הקודש בעלזא, ומלכם בראשם דער בעלזער רב שליט"א וועלכער וועט מופיע זיין בהדרו און איבערגעבן דעם משא המעמד און דברי אלקים חיים מיט יסודות'דיגע הדרכות בהמשכת דרך אבותיו ורבותיו הק' פון צדיקי בית בעלזא לדורותם.
אין די יעצטיגע טעג איז א העפטיגע אפאראט פון עסקנות אקטיוו אנצוגרייטן די חגיגה אדירה וואס אנטשפרעכט אריינצוגיין אין די גאלדענע היסטאריע-בלעטער פון די דברי הימים למלכות בית בעלזא.