דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן אויפדערנאכט האט כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א אויפגענומען א נייע רב פאר די ק"ק און ביהמ"ד דחסידי מיאלען אין שטאט קרית גת, בן אחותו הרה"ג רבי דוד משה לאווי שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר בעל נועם ישראל מקרעטשניף זצ"ל.
ווי ברייט באקאנט האט זיך די מיאלענער רבי שליט"א איבערגעלאזט מקום מגוריו אין קרית גת און זיך באזעצט אינעם נייעם שכונת 'מתחם הסופרים' בני ברק. דאס ביהמ"ד דקהל נועם ישראל מיאלען אין קרית גת וואו דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן עבודתו בקודש אין די לעצטערע יאהרן, גייט אן מיט די תפילות, שיעורים און אסיפות מרעים תמידין כסדרן, תחת נשיאותו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע קומט אפט ארויס קיין קרית גת, און בפרט די ראש חודש טישן, מידי חודש בחודשו, וואו דער רבי טוט פארברענגען מיט די חסידים פון דער נאנט.
נעכטן נאכט ביים ראש חודש טיש אין קרית גת האט דער רבי שליט"א באטאנט אז עס וואלט געוועהן פאסיג צו שטעלן א רב ומורה דרך אינעם ביהמ"ד און די קהילה מקירוב מקום. דערביי האט די רבי שליט"א ממנה געווען בן אחותו בנן של קדושים הרה"ג ר' דוד משה לאווי שליט"א אלס דער איש על העדה אנצופירן דאס ביהמ"ד און קהילה קדושה מיאלען, דער רבי שליט"א האט מרחיב געווען בשבחו פונעם נייעם רב וועלכע איז ראוי לאותו איצטלא, זייענדיג א ממית עצמו באוהלה של תורה מבוקר ועד ערב, און האט זיך משלים געווען בהוראה, צו קענען פסקנען שאלות, דבר ה' זו הלכה. און צוגאב שטייט ער צו די האנט מיום היווסדה פון די קהילה, מיט א געוואלדיגע איבערגעבענקייט.
דערצו האט דער ראש הקהל הרב שלמה דעבלינגער הי"ו אנגעוונטשן דעם נייעם רב שליט"א בשם כל הקהל הקודש, און די רבי האט מכבד געווען זיין פלאמעניק דער רב שליט"א אויפצוטרעטן מיט ווערטער, און זיך דאן ארויסגעלאזט מיט איהם אין א ריקוד נלהב.
הרה"ג ר' דוד משה שליט"א איז א זון פונעם רבינס שוואגער הגה"צ רבי יחזקאל שרגא לאווי שליט"א אבד"ק טאהש וויליאמסבורג נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע און חתנא דבי נשיאה פונעם קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל בעל נועם ישראל, ער איז אן איידעם ביי הגה"צ רבי ברוך האגער אב"ד קהל יראים אשדוד בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א און איידעם ביי הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען עסטרייך.