במקהלות רבבות: פיבערהאפטיגע הכנות צו היסטארישע חתונה בחצרות הקודש צאנז – המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן

מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


רוישיגע הכנות פיבערן זיך אויף אלע פראנטן לקראת די היסטארישע חתונה בחצרות הקודש צאנז, און הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וואס וועט ציען דאס השתתפות פון רבבות אלפי ישראל וואס וועלן זיך קומען מיטפרייען און מיטלעבן די פייערליכע לאנג פארצויגענע שעות של שמחה בבית צדיקים.

עס וועט גיין אונטער די חופה החתן זון פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, עב"ג די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, א טאכטער פון בנו יקירו הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טבריה והגלילות איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.

מטעם די וועד החתונה, וואס איז פארמירט אין א געניטע צוזאמענארבעט מיט עסקנים נמרצים פון ביידע הויפן, רודערט מען מיט אקטיווע אימפעט אהערצושטעלן די מאסיווע צוגרייטונגען וואס אזא היסטארישע חתונה נעמט אריין, ווען מ'ערווארטעט די באטייליגונג פון פילע טויזנטער משתתפים וואס וועלן קומען צו פארן פון איבער די גאנצע וועלט.

די שמחה וועט זיך אנהייבן די וואך שבת פר' בא ביי די גרויסארטיגע שמחת עלי' לתורה במעונו פון הגה"צ רבי אלימלך שליט"א אין ירושלים עיה"ק, אינעם גרויסן "אודיטאריום" אויף רחוב מנחת יצחק, און די תפילות וסעודות וועלן פארקומען אינעם דערנעבענדיגן ביהמ"ד דקהל מתמידים. פילע געסט פון חו"ל זענען שוין ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם גרויסן שבת של שמחה במחיצת המשפיע.

די חתונה הגדולה קומט פאר מאנטאג בשלח, ה' שבט, אין קרית מלך רב אין קרית צאנז נתניה, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אין א יום טוב'דיגע צורה, ובפרט דער "היכל ראזענבערג" וואס וועט אויסגערישט ווערן מיט צוגעלייגטע פארענטשעס ביז'ן מאקסימום צו אקאמאדירן דעם ציבור הרבבות.

ספעציעל קוקט מען ארויס אויף די פלאם פייערדיגע שעות של שמחה ודביקות וואס הגה"צ רבי אלימלך שליט"א רעכט אפ כדרכו ביי די חתונות במעונו, וואס איז א הדרה דלא אפשר למפרט בשפוותא, און דעריבער איז מטעם חצר הקודש צאנז באשטעטיגט געווארן א צאל שינוים לכבודו פונעם מחותן הגה"צ רבי אלימלך שליט"א, צו קענען מעריך זיין עבודתו הנלהבה באש יקוד, און הייבן דעם ציבור ברשפי שמחה.

עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א גיגאנטישע "פלאטפארמע" לענגאויס דעם חלל פונעם זאל וואו רבי אלימלך וועט אפרעכטן זיין עבודת הקודש במשך די ריקודין און מצוה טאנץ, און דארט וועט אויך אפגעראכטן ווערן דער מעמד המצוה-טאנץ דורך די געהויבענע זיידעס כ"ק האדמורי"ם שליט"א.

אויך איז געמאלדן געווארן אז צוליב דעם ריבוי המשתתפים וועלן די ילדי החסידות נישט קענען מיטהאלטן די חתונה, און זיי וועלן זיך צונויפזאמלען בשעת די שמחה אונטער'ן אויפזיכט פון די מלמדים און מיטהאלטן די חתונה דורך א הוק-אפ.

די חתונה וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט א הערליכע קייט פון שבעת ימי המשתה, מיט ספעציעלע געהויבענע שבע ברכות'ן צוגעשטעלט פאר די צאנזער חסידים פון אויסלאנד, א שבע ברכות פאר די אהבת קדומים זקני העדה דחסידי צאנז, א שבע ברכות פאר די קהילות הקודש דחסידי צאנז אין צפון ארץ ישראל, וואס שטייט בנשיאות דעם מחותן אבי הכלה הרה"צ ר' אברהם שליט"א, און א באזונדערע שבע ברכות פאר די מנהלי המוסדות, די עסקנים און משוררים בחצר הקודש צאנז.

אויך וועלן פארקומען הערליכע מעמדי שבע ברכות צוגעשטעלט דורכ'ן צד הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, אן עלעגאנטע שבע ברכות צוגעשטעלט פאר די מעריצים ומקשיבים געסט פון אויסלאנד, צומארגנס פון די חתונה, און א באזונדערע שבע ברכות אין בית שמש מיט די חבורה "באר האמונה", וואס דערווארעמען זיך באורו הבהיר פון רבי אלימלך שליט"א.

אינעם פראנט פון אש"ל פאר די אורחים וואס קומען צו פארן צו די חתונה, איז געווארן ארויסגעדינגען די פראכטפולע "גלי צאנז" האטעל קאמפלעקס, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די פילע געסט.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ