וארא אל האבות • ימי התעלות ביי מסע המרומם דורך גאב"ד מאקאווא צום היסטארישן שטאט לובלין

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, מגשימים הפקות


אומבאשרייבליכע געפילן פון התרוממות הנפש האט ארומגענומען די נגידים ותומכים משתתפי מסע הקודש 'בני היכלא' קיין פולין בראשות כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, בפרט ביים געהויבענעם שב"ק, האבענדיג די זכיה מיטצולעבן א שבת מעין עולם הבא במחיצת הקודש פונעם רב שליט"א אינעם עיר מלאה חכמים וסופרים לובלין, און ביי די מעמדי קודש אין די טעג ארום.

דער רב שליט"א האט זיך שוין ארויסגעלאזט אין וועג דאנערשטאג צופרי און האט אין לויף פונעם טאג פוקד געווען די ציונים הק' פון צדיקי בית גור אין שטאט גור, און געדאוונט די תפילות אין די ארטיגע נאסטאלגישע שול, ליל שישי אנקומענדיג קיין לובלין האט זיר דער רב שליט"א פאראייניגט מיט די צענדליגער משתתפי הנסיעה די נדיבים ותומכים וואס שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים חודשליך אויסצוהאלטן די הייליגע מפעלים פונעם מאקאווא רב שליט"א.

די משתתפי הנסיעה זענען פלאצירט געווארן אינעם פראכטפולן האטעל וואס איז איינקוואטירט אינעם היסטארישן ארט ווי עס איז געשטאנען די הייליגע ישיבה 'חכמי לובלין' אשר משם יצאה תורה והוראה לבית ישראל, די גדולי וגאוני ישראל וואס זענען אויסגעוואקסן בין כותלי הישיבה, און דער מקום קדוש וואו עס איז בימים ההם אפגעראכטן געווארן די לעכטיגע שבתים בנהירו עילאה.

ערב שבת קודש כותיקין האט דער רב שליט"א געדאוונט שחרית אינעם האטעל, און דערנאך פאר לענגערע שעה'ן נאכאנאנד אויפגענימען די משתתפי הנסיעה, יעדער בפרטות להפקד בדבר ישועה ורחמים. נאך פת שחרית איז מען ארויסגעפארן צום בית החיים פוקד זיין די ציון המצוינת פונעם רבן של ישראל די הייליגער רבי פון לובלין זי"ע, וואו דער רב שליט"א האט גענימען קוויטלעך פון די משתתפי הנסיעה, און מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט.

דערנאך איז מען צוגעגאנגען צווישן די ציונים פון די גאונים וקדושים שוכני עפר וואס ליגן באערדיגט אויפן ארטיגן בית החיים צווישן זיי די הייליגע מהרש"ל און רבי שלום שכנא פון לובלין, דערנאך איז מען אריבער צום נייעם בית החיים, ביים אוהל הקדוש מקום מנוחתם פון הרה"ק רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע, און פון הרה"ק רבי לייבל אייגער זי"ע, און זיין זון הרה"ק רבי אברהם בעל שבט מיהודה זי"ע.

די גאנצע שבת איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש, און רייך צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות, ביי די סעודות שבת האבן אויפגעטרעטן די אורחי הכבוד הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי, און דער פה מפיק מרגלית הרב ישראל פרוש הי"ו. בצפרא דשבתא פארן דאווענען האט די רב איבערגעגעבן די וועכנטליכע שיעור אין חסידות כמנהגו. די הויכפונקט איז געווען בעידן רעווא דרעווין בזעיר אנפין אינאיינעם מיט די בני היכלא דכסיפין. נאך מעריב האט דער רב שליט"א געמאכט הבדלה ברוב עם, און די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן א גוטע וואך.

פון לובלין איז מען ארויסגעפארן קיין שינאווא ווי מען האט מתפלל געווען ביים ציון הק' פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע בעל 'דברי יחזקאל', און דאן איז מען ארויסגעפארן צום אדמת קודש ליזענסק, וואו עס איז ביי די לעכטיגע שעות במוצאי מנוחה, אפגעראכטן געווארן די צענטראלע מעמד הוקרה אפצוגעבן דעם ריכטיגן אנערקענונג און שעצונג פאר די געטרייע נדיבים, א רייכע עלעגאנטע סעודה איז געווען צוגעגרייט אין א פראכטפולע האטעל אין שטאט, באגלייט מיט הארציגע און לעבעדיגע מוזיק אנגעפירט דורכ'ן וועלטס חזן ר' ישראל אדלער אין באגלייטונג פון בארימטע בעלי מנגנים.

אין לויף פון די מעמד האט מען געהערט הארציגע דרשות פון די חשובע אורחי הכבוד הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי, און הרב ישראל פרוש. דער חזן ר' ישראל אדלער האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי חרוזין, און צום שלוס זענען אלע נדיבים בעם איינציגווייז אריבער ביים רב מקבל צו זיין א מתנת קודש, א קאפי פונעם ספה"ק נועם אלימלך דפוס ראשון.

בחצות הלילה איז דער רב שליט"א ארויף אינאיינעם מיט די משתתפי הנסיעה צום ציון המצוינת קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים בקול בוכים, און דאס התעוררות האט גובר געווען בשעת ווען מען האט געזאגט יהי רצון און י"ג מידות של רחמים. דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט שופך שיח געווען ביים ציון אויסצובעטן ישועתן של ישראל בכלל ובפרט.

באשמורת הבוקר האט מען זיך ארויסגעלזט צום לופטפעלד, מיט גאר געהויבענע געמיטער האט זיך דער ציבור צוריק געקערט אהיים אנגעפילט מיט השפעות טובות וכל מילי דמיטב.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן