יודו לה' חסדו: טאטע פון באפרייטע משכונה אין עזה געבט אפ רירנדע דאנק רייד פאר האד' מוויזניץ

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


רירנדע מאמענטן פון שבח והודאה להשי"ת איז געווען היינט במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין בית האכסניא וואו דער רבי וויילט יעצט אין לאנדאן, ווען אן אויפגעראכטענער פאטער פון איינע פון די באפרייטע משכונות אין עזה, האט אפגעגעבן פאר'ן רבי'ן א הארציגע דאנק פאר'ן רבי'ן וואס האט אים אזוי שטארק מחזק געווען אין די טונקעלע צייטן און האט דאן געגעבן ברכת קדשו אז זי וועט באפרייט ווערן נאך אין חודש טבת.

דאס איז געווען נאך מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען דער וויזניצער רבי האט געוויילט אין שטאט אלעד אויף א לענגערע ביקור קודש, און האט דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט אפשטאטנדיג א ביקור חיזוק אינעם דערנעבנדיגער שטאט פתח תקווה ביי משפחת גלבוע, וועמענ'ס טאכטער איז געווארן געפאנגען אין עזה, און עס איז שוין ארומגעגאנגען קלאנגען אז זי איז שוין ל"ע נישט בין החיים.

דער רבי האט דאן א לענגערע צייט מרעיף געווען טללי חיזוק פאר די משפחה, און גאר שטארק מחזק געווען די ערשיטערטע געמיטער, זאגנדיג אז זייער טאכטער איז נאך זיכער ביים לעבן, און זי גייט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף באפרייט ווערן מידי רוצחים, און נאך דעם קומענדיגן חודש טבת וואס איז ראשי תיבות "ת'בשרנו ב'שורות ט'ובות", וועט צו צוריקקומען אהיים געזונטערהייט. דער רבי האט דאן אריינגעשריבן אן אות אין א ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לזכותה און מאציל געווען ברכות קדשו, זאגנדיג אז דער פאטער לאדענט שוין יעדן איינעם צו די סעודת הודאה וואס ער וועט מאכן נאך די באפרייאונג.

ברכת צדיק עשתה רושם, און דעם לעצטן שב"ק איז די געפאנגענע טאכטער למשפחת גלבוע געווארן באפרייט, צו די אומבאגרעניצטע שמחה פון די גאנצע משפחה און גוטע פריינט, ווען דער פרייליכער פאטער ר' גרשון פארציילט פאר יעדן וואו די ברכה פונעם וויזניצער רבי'ן אז זי וועט באפרייט ווערן חודש טבת איז וואונדערליך פארווירקליכט געווארן.

ווען דער וויזניצער רבי האט היינט טעלעפאנירט ר' גרשון און מעומק לבו הטהור געוואונטשן א ברכת "שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה", האט ר' גרשון נישט געהאט די ווערטער אין מויל צו דאנקען דעם רבי'ן, און פארשפראכן אז ער וועט טאקע מאכן א סעודת הודאה, און דער רבי האט אים צוגעזאגט אז ער וועט זיך בעז"ה משתתף זיין אויב ס'וועט זיין די מעגליכקייט.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ