מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארלאפענעם ליל שב"ק איז אין קרית בעלזא אקטיוויזירט געווארן אן אייגנארטיגע "פראדזשעקטער" וואס טוט מודיע זיין די טויזנטער חסידים ווען דער בעלזער רב שליט"א איז אריין צום טיש.
נאך מיט עטליכע חדשים צוריק איז אויפגעקומען איינער פון די עסקנים ר' ישראל אביגדור פריעד הי"ו, וואס וואוינענדיג אין צענטער פון קרית בעלזא, הייבט ער אויף א גרויסן ווייסע פאן אויפ'ן טעראסע פון זיין שטוב, און דאס דינט אלס צייכן פאר די חסידים ביז ווייט אוועק, אז דער רב איז ערשינען צום טיש.
דער פראקטישער און קראנטער סיגנאל האט זיך גוט איינגעגעבן, און דורכאויס די לעצטערע חדשים האבן די עסקנים, זיך אריינגעלייגט צו מאכן די הודעה מער פראקטישער און אז ס'זאל קענען שיינען נאך מער און מודיע זיין אויך פאר די ווייטערע גאסן.
איז מען אויפגעקומען מיט'ן געדאנק פון אינסטאלירן א פארגעשריטענעם "פראדזשעקטער" וואס ארבעט מיט די ספעציעלע "שבת לאמפ" טעכנאלאגיע, דורך וואס מ'קען כדת וכהלכה מאכן אז דער העלישער שיין פונעם לאמפ זאל אנהייבן שיינען ווען מ'טוט באזייטיגן דעם דעקל העכער דעם.
דעם פאריגן שבת וארא איז דער נייער פראדזשעקטער אריין אין קראפט, און באותו רגע ווען דער רבי איז ערשינען צום טיש, איז איינער וואס איז שוין געשטאנען גרייט ביים פראדזשעקטער, און אראפגענומען דעם דעק פונעם לאמפ, וואס האט זיך באוויזן א שיינענדער אור למרחוק, וואס איז גוט געזען געווארן פאר די חסידים איינוואוינער ביז אזוי ווייט ווי די געגנטער פון דברי חיים, אהל יהושע, און אפילו ביז רחוב שמגר און תכלת מרדכי.