מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ניסן ב.
אין די צייט וואס די הכנות צום היסטארישן חגיגת קודש מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סקווירא זענען שוין אין פולן שוואונג, שטייענדיג א קארגע חודש איידער די היסטארישע מעמד, איז אין די יעצטיגע טעג אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת עסקנים ווי עס איז באשטעטיגט געווארן די ערשטע דעטאלן איבער'ן סדר הלילה והיום פונעם גרויסן טאג כ"ח שבט.
די יום שכולו אורה וועט איינגעטיילט ווערן אין פיר באזונדערע מעמדים, אנגעהויבן מיט די מעמד סיום כתיבת ספר תורה דינסטאג נאכט, און צומארגנס די מלכות'דיגע תהלוכה, נאכגעפאלגט מיט די הייליגע ריקודין, און צום שלוס די גרויסע סעודה לעת ערב.
די תהלוכה וועט זיין גאר מלכות‘דיג און מאיעסטעטיש און מיט א חידוש‘פולע אויסשטעל אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן. לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער ציבור נישט דירעקט נאכבאגלייטן די תורה, נאר יעדער וועט האבן זייער דעזעגנירט פלאץ און ביי יעדע ארט וועט זיך די פאראדע אפשטעלן וואו מ‘וועט האבן די זכי‘ צו מקבל זיין די ספר התורה ופני הקודש און מיטהאלטן די דערהויבענע מאמענטן פונעם תהלוכת הספר תורה ברחובות קריה.
די ערשטע טייל פונעם באגלייטן וועט זיין געווידמעט פאר די טויזנטער בחורים וואס וועלן ארויסבאגלייטן די ספר תורה פון די עטרת טשארנא זאל ביז צום הצלה גראדזש דעסטינאציע, דערנאך וועט די תהלוכה ווייטער אראפגיין די רעיגען גאס וואו די ילדי צאן קדשים וועלן מיטהאלטן די חגיגה אונטער די אויפזיכט פון די מלמדים. די אנדערע זייט גאס וועט זיין דעזעגנירט מיט מחיצות פאר די מיידלעך, אויך וועט זיין באזונדערע דעזעגנירטע ערטער פאר די עזרת נשים צו קענען מיטהאלטן די תהלוכה.
דערנאך וועט די תהלוכה ווייטער פארן ביז‘ן אוסטראה גאס וואו עס וועט זיין די באשטימטע ערטער פאר כל קהל עדת ישורון צו שטיין און מיטהאלטן די תהלוכה בעוז וחדווה. פון דארט וועט מען באגלייטן דעם ספר תורה ביז צום ביהמ"ד מיט טענץ און געזאנג.
אין אנדערע נייעס איז פארלאפענעם זונטאג שמות פארגעקמען די כנסיה 'והכן לבבם' די ערשטע אין די רייע כינוסי הכנה צום גרויסן מעמד, וואס האט צונויפגעברענגט די בחורים פון מכינה לישיבה און ישיבה קטנה דחסידי סקווירא אין אמעריקא און קאנאדע.
די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא מיט די השתתפות פון אלע תלמידי ישיבות קטנות פון שטעטל, און פון מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק, לעיקוואד, מאנטיסעלא און מאנטריאל. ביים מעמד האט אויפגעטרעטן מיט א רייכע רעדע דער וועלט בארימטער מחנך ומרביץ תורה הרב אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, און דערנאך האט הרב שרגא עזרא טויבענפעלד הי"ו מראשי העסקנים איבעראשט די בחורים מיט‘ן פארשטעלן די סדר הימים פאר די בחורים ארום די טעג פון כ"ח שבט.
ביים ענדע זענען אלע בחורים אריבער איבערגעבן א פעדער פארן סופר הרב ישראל ראזענבוים שליט"א וואס האט דאן געשריבן די אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך האט יעדער צוריקבאקומען פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א זיין אייגענעם פעדער.
חסידי סקווירא ציילן שוין די טעג צום היסטארישן טאג, בהתאסף ראשי עם יחד כל בית סקווירא!