זונטאג פ' בא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
אידן איבער די וועלט זענען מתפלל לרפאותו השלימה פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי אביש ציינווירטה שליט"א רב קהילת שערי זוהר חכמה וראש ישיבת המקובלים 'משכן בנימין', מנקיי הדעת שבירושלים, וועלכער ערהוילט זיך אין די טעג נאך א אפעראציע אויפן האלדז צו פארמיידן קאמפליקאציע'ס מיטן אטעם.
דער רב שליט"א איז געוועהן איבער שבת אין שפיטאל וואו ער האט ב"ה ממשיך געוועהן די עבודת הקודש און זיין סדר היום און האט געדאווענט אלע תפילות שבת מיט מנין אינעם ביהמ"ד אין שפיטאל. מען האפט אז דער רב שליט"א זאל אין די קומענדיגע שעות קענען אהיימקומען פון שפיטאל און זיך ווייטער אפרוען אין שטוב ביז צו זיין גענצליכע ערהוילונג בס"ד. דער נאמען צו מתפלל זיין איז הרב אביש בן שרה פייגל בתוך שאר חולי ישראל.