זונטאג פ' בא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
גרויס פרייד הערשט בחצר הקודש סאווראן, ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן אז אין די נאנטע צוקונפט וועט כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א זיך אריבערציען צו די נייע בליענדע רמה ד' געגנט אין בית שמש, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן די הויפטקוואטיר פון קהילה ומוסדות סאווראן תחת נשיאתו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א.
דער סאווראנער רבי שליט"א, די צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב האגער מסאווראן זצ"ל, פירט שוין אן זיין שיינעם הויף עטליכע יאר במקום מגורי אביו אין די הר נוף געגנט אין ירושלים אין צוגאב צו א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה 'קדושת יששכר' פאר בחורי חמד, וועם דער רבי טוט דערהייבן בדרכי התורה והחסידות.
נישט לאנג צוריק איז געגרינדערט געווארן די נייע ביהמ"ד דחסידי סאווראן אין די רמה ד' געגנט אין בית שמש, וואס איז בליץ שנעל אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות פאר אלע תושבי השכונה וועלכע האבן קובע מקום געווען לתפילתם אינעם נייעם ביהמ"ד.
אצינד איז געמאלדן געווארן די פריידיגע נייעס אז דער רבי שליט"א וועט קובע זיין מקום מושבו אין די בליענדע יישוב רמה ד' און דארט איבערפלאנצן דעם סאווראנער הויף און משפיע זיין פון די נאנט מזיו הודו והדרו אויף די חסידים ותושבי השכונה. מיטן רבי'ן שליט"א אינאיינעם וועלן מיטפארן א גרופע אינגעלייט חברי הקהילה וועלכע האבן שוין געקויפט דירות אינעם נייעם געגענט וואס איז אין די לעצטערע יאהרן פארוואנדלט געווארן אלס א עיר גדולה לאלוקים.
דעם שבת קודש כ"ה טבת בעצם יומא דהילולא קדישא פון די ראש שושלתא קדישתא הרה"ק רבי משה צבי מסאווראן זי"ע איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם ביהמ"ד א שבת התוועדות דורך קהל חסידי סאווראן אין שפיץ פונעם רבינס קינדער הרבנים שליט"א, בשבת אחים גם יחד.