מוצאי שבת פ' וארא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלי שווארץ, JDN
סאטמארער חסידים אין דער שטאָָט מאָָנסי האַַלטן מיט מיט פרייד דעם אויסטערלישן בלי און וואוקס פון דער קהלה בכלל און בפרט איבער די הערליכע בתי מדרשים דקהל יטב לב וועלכע בויען זיך און פאַַרטאָָפּלען זיך לשם ולתפארת איבער דער גאַַנצער שטאָָט, תחת דגלו פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א און אונטער די הדרכה פון הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער אב"ד ור"מ סאטמאר מאָָנסי.
דעם פאַַרלאָָפענעם ליל שישי פּרשת ויגש האָָבן חסידי סאטמאר אין דער "טווין" געגנט אין מאָָנסי, מיטגעהאַַלטן דעם הערליכן מעמד "פּתיחת הביהמ"ד" אינעם נייעם הערליכן ביהמ"ד "ברך משה" דקהל יטב לב וואס איז געעפנט געוואָָרן אין דעם געגנט צום פאַַרלאָָפענעם שב"ק פּרשת ויגש, זייענדיג דער פינפטער ביהמ"ד דקהל יטב לב צו ווערן געעפנט אין שטאָָט מאָָנסי, און איז געבויט געוואָָרן בנדבת לבו הטוב פון הרבני הנגיד ר' משה יצחק לאָָנדאָָ הי"ו. דער ביהמ"ד איז געבויט געוואָָרן אין אַַ בליץ שנעלקייט פון בלויז עטליכע חדשים, פון ווען מען האָָט אָָנגעהויבן מיט די אַַרבעט ביז דער ביהמ"ד איז געשטאַַנען פיקס פאַַרטיג גרייט צום באַַנוץ.
ביים מעמד "פּתיחת הביהמ"ד" האָָט מען געהערט די דרשות פון הגה"צ סאטמאר מאָָנסיער רב שליט"א, דער נדבן הביהמ"ד הר"ר משה יצחק לאָָנדאָָ הי"ו און נאָָך. דעם פאַַרלאָָפענעם מוצאי שבת ויחי איז כ"ק אדמו,ר מסאטמאר שליט"א – ווי באריכטעט אָָנגעקומען אינעם נייעם בנין הביהמ"ד וואו דער רבי שליט"א האָָט קובע געווען די מזוזה אויפן הויפּט שער הביהמ"ד און דערנאָָך געוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים און עסקני הביהמ"ד.
אין אנדערע נייעס ווערט מיטגעהאַַלטן מיט פרייד די בוי אַַרבעט פאר נאָָך צוויי בתי מדרשים אין דער שטאָָט, וואָָס וועט ברענגען דעם ס"ה צו "זיבן סאטמארער בתי מדרשים" אין מאָָנסי. בעיקר זעט זיך שוין אָָן די הערליכע סטרוקטור פאר'ן נייעם ביהמ"ד "לב אהרן" דקהל יטב לב אין דער ספּרינג וואַַלי געגנט, וואָָס ווערט געבויט בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו פון מאנסי.