המון חוגג: גיגאנטישער בנין "תלמוד תורה וויזניץ" לאנדאן פייערליך באנייט קאמבינירט מיט הכנסת ספר תורה

מיטוואך פ' וארא • כ"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר‎


ברגשי שמחה והוד האבן הונדערטער וויזניצער חסידים מיטגעלעבט די פייערליכע שעות בשמחת חנוכת הבית פונעם בנין גדול ומפואר "ת"ת ישועות משה וויזניץ" אין לאנדאן, וואס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם הויכפונקט פונעם לענגערן ביקור קודש דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין שטאט לאנדאן.

במעמד קהל רב פון אלפי תושבי העיר, ובפרט די גאנצע קהלה קדישא עדת חסידי וויזניץ אין לאנדאן, מיט'ן השתתפות פון פילצאליגע געסט חסידי וויזניץ פון איבער די וועלט, איז געפייערט געווארן דער מעמד הוד, בראשות פון מערערע אדמורי"ם ורבני העיר ואישי הציבור.

דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א געהויבענע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעפירט געווארן צום בנין החדש, בנדבת הרבני הנגיד ר' אברהם מרדכי גליק, ווען בקול רינה והמון חוגג, האבן פילע תושבי העיר באגלייט די נייע ספר תורה בחוצות העיר ביז'ן בנין החדש, ווען דאן זענען די זענען ממשיך די ריקודין נלהבים. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט "לדוד מזמור", און דערנאך מכבד געווען בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר מיט "מזמור לדוד" כנהוג, און דערויף האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין ריקודי עוז מיט די ספר תורה אין האנט, אויפ'ן "זעקסטן הקפה ניגון", וינועו אמות הסיפים.

דערנאך איז דער ציבור אריבער צו די סעודה לגומרה של תורה, און די חגיגת "חנוכת הבית", פארגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ספעציעל צום מעמד אינעם הויף פון די אולמי "יסודי התורה". א מלכות'דיגע סעודה איז געווארן אויפגעגעבן פאר'ן גאנצן ציבור, און די "מקהלת וויזניץ" האט מהנה געווען מיט שירי שבח והודאה לכבוד המאורע.

דורכאויס דעם מעמד האבן זיך משתתף געווען מערערע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האט זיך אנגעזען: הגאון הגדול רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן גאב"ד לאנדאן, הגאון הגדול רבי יוסף פאדווא שליט"א ראש הדיינים דהתאחדות קהילות החרדים בלאנדאן, הגאון הגדול הרב אהרן דוד דונער שליט"א ראב"ד לונדון, הגאון הגדול ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל עץ חיים, כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א, הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד, הגה״צ רבי משה מנחם ווייס שליט״א אב״ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי בנציון בלום שליט"א דומ"ץ באבוב לאנדאן, הגה"צ רבי נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק, הגה״צ רבי לייבוש פאדווא שליט״א זוהן פון הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט״א, און נאך פילע רבני ודייני העיר.

דער מעמד איז אנגעפירט בטוב טעם ודעת דורכ'ן יו"ר הרה"ג ר' ישעי' גרינפעלד שליט"א, אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול הרב שלום פרידמאן שליט"א סגן גאב"ד לונדון, וועלכער האט ארויסגעגעבן דאס התרגשות וואס נעמט ארום די תושבי העיר, מיט'ן אויפבוי פון אזא בנין מפואר לחינוך הבנים.

דעם דבר הקהלה האט מען געהערט פון הרה"ג רבי גרשון שפיטצער שליט"א דומ"ץ וויזניץ לאנדאן, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שיינקייט און היסטארישקייט וואס די יעצטיגע מאורע באדייט פאר די לאנדאנע קהלה וואס שעפט דערויף אומגעהויערע חיזוק לעד ולנצח.

דער משא המעמד האט מען זוכה געווען צו הערן פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט בדברים חוצבים להבות אש ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז מ'האט אויפגעבויט א בנין לשמו ולזכרו פונעם פאטער דער הייליגער ישועות משה זי"ע, וואס זיין גאנץ לעבן האט ער געזארגט און זיך אוועקגעגעבן פאר די קומענדיגע דורות לה' ולתורתו. באזונדער האט דער רבי דערמאנט לשבח דער דבן הספר תורה הנגיד ר' אברהם מרדכי גליק הי"ו וואס האט זיך געלאזט קאסטן ממים ודמים פארן נייעם בנין התלמוד תורה.

דער רבי האט באדאנקט די אלע תורמים און מסייעים, און באזונדער אויסגעדרוקט רגשי הודאה צום נדבן הספר תורה און מגדולי התומכים פאר'ן קרן הבנין ר' אברהם מרדכי גליק. צום שלוס האט דער רבי באדאנקט פאר כלל רבני העיר און די תושבי העיר וואס האבן זיך משתתף געווען להקמת הבנין, און בפרט פאר די הערליכע אפאראט פון הכנסת אורחים וואס איז צושטאנד געקומען דורכ'ן הילף פון די תושבי העיר.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געוועההן דער נדבן הספר תורה ר' אברהם מרדכי גליק הי"ו און נאכן בענטשן האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיטן נדבן ובני משפחתו, און דערנאך פארטיילט זילבערנע בעכער'ס פאר אלע גרעסערע נדיבים בוני הבית.

דער מעמד איז דערנאך נמשך געווארן מיט פייערליכע טענץ און איז געשלאסן געווארן אין די קליינע נאכט שעה'ן, אפצייכענענדיג א היסטארישע געשעעניש בקורות ק"ק וויזניץ לאנדאן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן