דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
אי' שוקל ואי' סופר אראפצוגעבן די התרגשות'דיגע און שפראכלאזע שעות של התקשרות לצדיקים וואס אריבער דריי הונדערט נדיבי עם קודש חסידי סקווירא האבן זוכה געווען מיטצולעבן ביים היסטארישן מעמד "ירושת אבותי" ווען אין א ערשטמאליגן שריט האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א באוויליגט ארויסצונעמען די פילע ירושה חפצים מבית גנזיו און דאס צייגן פאר'ן ציבור התומכים.
דער מעמד איז פארגעקומען אין א פראכטפולער האטעל אין ניו דזשורזי, מיוחד פאר די חסידים יחידי סגולה, וועלכע האבן בייגעשטייערט די סכומים פון "זעקס און צוואנציג טויזנט" דאלאר און העכער פאר'ן ביהמ"ד החדש. דער זאל איז געווארן אויסגעשטעלט מאיעסטעטיש און אויף א פראקטישע פארמאט מיט פלאטפארמעס רינגס ארום, אז אלע באטייליגטע זאלן קענען גוט מיטהאלטן און זען די אלע חפצי הקודש.
נאך אריינקומענדיג אינעם בנין האט מען זיך באגעגנט מיט אן אויגפארכאפנדע אויסלייג פון צענדליגער דאקומענטן און היסטארישע בריוון פון די פריערדיגע יארן בחצר הקודש סקווירא, דאן איז מען אריין אינעם אולם הגדול, וואו ס'איז געווען צוגעגרייט א רייכע נאכטמאל לכל הנדיבים הנאספים. באזונדער איז געווארן צוגעשטעלט א רייכע אווענט און נאכטמאל פאר די נשים צדקניות, די בני בית פון די אלע נדיבים בעם.
עס איז אפגעהאלטן געווארן אן אינהאלטסרייכע פרעזענטאציע איבער'ן גרויסן פראיעקט פון הקמת ביהמ"ד החדש, צייגנדיג שטאפל ביי שטאפל, אנגעהויבן נאך פון די מחשבה תחלה ווען מ'האט אנגעהויבן מאכן פלענער, ביז'ן היינטיגן גליקליכן סטאטוס ווען דער בית גדול וקדוש שטייט על תלה בנוי'.
ארום האלב אכט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל, ותהי המקום לחרדת אלקים, ווען עס הייבן זיך אן באווייזן די חפצי קודש, ווען עס האט זיך שוין באוויזן לעיני כל הקהל די מטה אלקים, די הייליגע שטעקן פונעם טשערנאבלער מגיד זי"ע, וואס הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א האט געהאלטן אין א ספעציעלע קעסטל וואס איז געווארן ערצייגט ספעציעל צו קענען ברענגען דערין דעם שטעקן ביים מעמד.
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים דורך א רייכע מוזיקאלישע ארקעסטרא, אנגעפירט דורכ'ן מטיב נגן ר' שמעון ליווי אינאיינעם מיט די סקווירא קאפעליע.
הר"ר יצחק יוסף אונגאר מעסקני ועד קרן הבנין האט אויפגערופן העסקן הרה"ח ר' שלום בער פישל הי"ו, וועלכער האט ארויסגעברענגט בשבחם פון די נדיבים בעם וואס שטייען אלעמאל גרייט לעשות רצון צדיק, און האבן זיך יעצט ספעציעל אנגעשטרענגט להוסיף נדבה על נדבתם, צו קענען גומר זיין דעם ביהמ"ד בכי טוב. באזונדער האט ער דערמאנט לשבח ולתהלה דער ראש הקהל הרבני הנגיד ר' אבגידור עסטרייכער הי"ו וועלכער געט זיך אוועק במסירה נאמנה פאר'ן גרויסן אונטערנעמונג להקמת בית ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לעבעדיגע פרעזענטאציע, ווען מ'האט אויפגעשטעלט דעם ענין פון "התקשרות לצדיקים", וואס דער ציבור האט די זכי' בכל עת מצוא לחסות בצלא קדישא פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א, די זכי' וואס מ'האט צו זיין מקושר צו א צדיק, און נאך אלעס ארום דעם נושא.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אפרים גרינבוים שליט"א מגי"ש אין ביהמ"ד הגדול וואס איז שטארק אקטיוו מיט די פאנדרעיזינג פארן נייעם בימה"ד וועלכע האט אנגעווארעמט דעם ציבור איידער'ן צוטרעטן צו די רגעי הוד ווען דער רבי וועט צייגן די היסטארישע חפצים.
א התרגשות עצומה האט זיך אראפגעלאזט אין זאל ווען מ'האט אנגעהויבן זינגען "הזכירו" און מ'האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א קוויטל מיט די נעמען פון אלע נדיבים, בשעת דער רבי איז מעתיר בתפלה ותחנונים און האט זיי אלע אינזין לדבר ישועה ורחמים.
ארום צען אזייגער האט זיך אנגעהויבן דער קלימאקס פונעם מעמד, ביים צוברענגען צום רבי'ן די היסטארישע חפצים, וואס זענען געווארן צוגעברענגט צום רבי'נס קינדער אונטער א ספעציעלן סדר. בשעת מעשה האט זיך דער רבי אראפגעלאזט מן ההר אל העם און בלשונו הזהב פארציילט א שלל פון העכסט אינטערעסאנטע סיפורי קודש און השתלשלות פון יעדן חפץ באזונדער, וואס דער עולם האט געשלונגען מיט צמאון רב.
צוויי מאל בשעת די מעמד האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט באימת כבוד ביים צייגן צוויי גאר היסטארישע חפצים, איינמאל ביים ווייזן די בעקיטשע פון הייליגן רבי ר' זושא, און אויכעט ביים ווייזן דעם שטעקן פונעם טשערנאבלער מגיד.
די שטעקן איז צוערשט אראפגעלייגט געווארן ביים רבי'ן אויפ'ן טיש, און דער רבי האט פארציילט די השתלשלות הענינים, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און ארויסגענומען דעם שטעקן פונעם קעסטל, און האלטנדיג אין האנט דעם שטעקן האט ער געוואונטשן א לענגערע ברכת הקודש פאר אלע משתתפים.
דערנאך איז פארגעקומען געהויבענע ריקודין מיט ניגוני שמחה, און די אלע משתתפים זענען אריבער דעם רבי'ן כבני מרון, און דער רבי האט יעדן באזונדער מאציל געווען ברכת קדשו. צום שלוס האט הרה"צ רבי אהרן מענדל געטיילט פאר אלע נדיבים א מזכרת נצח, א נאכגעמאכטע קונץ ווערק פון הרה"ק רבי מרדכי מראחמיסטריווקא זי"ע.
ארום עלף אזייגער האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם זאל, אויפ'ן וועג אהיים לביתו נאוה קודש, מיטנעמענדיג נאר דעם שטעקן פונעם טשערנאבלער מגיד, בשעת אלע איבריגע חפצים זענען געבליבן אין זאל, אינאיינעם מיט'ן רבי'נס קינדער, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן גאנצן ציבור צו קומען און זיי באטראכטן פונדערנאנט.
———
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון די חפצי קודש וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מוציא געווען מבית גנזיו, און עס געצייגט פאר די הונדערטער נדיבים בעם ביים היסטארישן מעמד:
– תפילין פונעם הייליגן דגל מחנה אפרים
– א בריוו פון רבי גרשון קיטובער
– א משניות סדר מועד וואס האט באלאנגט פאר'ן הייליגן מאור עינים
– א בריוו פון רבי אהרן טשערנאבלער
– ערשטע דרוק פון ספה"ק "תולדות יעקב יוסף" פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל
– א חושן משפט באנד מיט'ן כתב יד פון הייליגן חיד"א
– א כתב יד פון רבי חיים ויטאל
– די גאלדענע קאפעל פונעם זיידן רבי איציקל סקווירער
– א בריוו פון רבי איציקל סקווערער צו רבי אהרן טשערנאבלער
– א מגילה פון רבי דוד'ל סקווערער
– א קאפל און אן אתרוג פושקע פון רבי יוחנן מראחמיסטריווקא
– די פילע חפצים און קונסטווערק וואס דער רבי שליט"א האט פון רבי מאטעלע מראחמיסטריווקא אויסגעשניצט אויף קליינע בלעכענע שטיקלעך, ווצב"ש די עשרת הדברות, קריאת שמע, און נאך
– א קוטשמע פון רבי וועלוול ראחמיסטריווקער
– א בלעכל געמאלן דערויף צורת קדשם פון די קינדער פונעם טשערנאבלער מגיד
– א מזוזה האלטער פונעם הייליגן ריזשינער
– א ווייסע בעקיטשע פון הייליגן רבי ר' זושא
– א קישן ציך פונעם טשערנאבלער מגיד
– א שטריימל פונעם בעלזער רב
– נאך עטליכע בריוו, הזמנות צו חתונות, און נאך פארשידענע כתבי קודש און אלטע חפצים.