מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
תלמידי וחסידי אמונת ישראל בארץ הקודש לעבן די טעג מיט ימי הוד ביים ביקור הוד פון הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א לענגערע באזוך קיין ארץ ישראל מאציל צו זיין מהודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו.
דער רב שליט"א איז ערשינען בשערי ארץ הקודש דאנערשטאג פארטאגס, וואו א א גרויסן ציבור אידן האבן מקבל פנים געוועהן אין לופטפעלד. מען איז באלד אריינגעפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו מען האט געדאוונט א ווארימע שחרית אינעם וואכעדיגע ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אויף רח' גבעת משה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים.
נאכמיטאג איז די רב אנגעקומען אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי וואו מען האט געדאוונט מנחה, אויפדערנאכט נאך מעריב אין ביהמ"ד אמונת ישראל, נאכגעפאלגט מיט א מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פונעם רב שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה וברכה און דער ציבור איז דורך שלום נעמען.
דערנאך איז דער חשובע גאסט אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד דקהל תולדות יהודה וואס שטייט בנשיאות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וואו דער רב שליט"א האט אפגעראכטן א חבורה מיט די אינגעלייט חברי ק"ק תולדות יהודה, כהכנה דרבה צום שבת המלכה.
די תפילות שבת קודש האט מען געדאווענט אין ביהמ"ד אמונת ישראל וואס איז סטאנציאנירט אין בנין ישיבת שערי יושר. די קלימאקס איז געווען ביים שבת אחים ליל שבת אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אויף רח' אדוניהו וואו שווערע הונדערטער תושבי קרתא דשופריא האבן זיך צונויפגעפרעסט ביי די לענגערע שעה'ן פון התרוממות עילאה בנועם קדושת השבת, באגלייט מיט ניגוני קודש בלבת אש, וואס האט זיך פארצויגן ביז קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס.
בצפרא דשבתא נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבה לרגל די בר מצווה פון א אייניקל ביי הרה"ג ר' שמואל דוד הארט שליט"א אבד"ק אמונת ישראל ביתר, די סעודת שבת האט דער רב געפראוועט בבית האכסניא מיט די בחורי החבורות.
בעידן רעווא דרעוין אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד האט געהערשט א גרויס התעוררות ווען דער רב שליט"א האט אנגעפלאמט די הערצער בגודל קדושת הזמן און די ימי השובבי"ם, אויפן שטייגער פון אמונת ישראל, וואס האט אויפגעוויקלט בענקעניש און כיסופין צו די לעכטיגע שלש סעודות בצילו פון זקינו מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל. די שלש סעודות האט זיך פארענדיגט מיט א לענגערע פייערדיגע ריקוד, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמואל דוד הארט רב הקהילה אין ביתר.
מוצאי שבת האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די סעודת מלווה מלכה אינעם זאל אין בנין ישיבת שערי יושר, און דערציילט סיפורי צדיקים כנהוג. און עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען די ציבור האט זיך צושפרייט פון די געהויבענע שבת.