הרה"ג ר' יואל ברייער שליט"א אויפגענימען געווארן אלס דומ"ץ ק"ק ראחמיסטריווקא לעיקוואד

מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אין לעיקוואד איז דעם מוצאי שבת אויפגענימען געווארן א דיין ומורה צדק אין די קהילה ה"ה הרה"ג ר' יואל ברייער שליט"א, ביי אן ערהאבענע מעמד הכתרה אין גרויסן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א און די רבני העיר לעיקוואד.

מיט עטליכע חדשים צוריק ערב ר"ח אלול ביים ערשטן יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, האט דער רבי שליט"א געמאלדן פאר'ן ציבור די פרייליכע נייעס איבער די אויפנאמע פונעם דיין ומורה ודאין הרה"ג ר' יואל ברייער שליט"א פון מאנסי, וואס פקיע שמיה אלס א אויסגערופענער תלמיד חכם וירא שמים מרבים. 

אצינד ווען דער דיין האט זיך קובע מקום געוועהן אין שטאט לעיקוואד, וואו ער וועט שטיין צום דינסט פון די קהלה קדושה ראחמיסטריווקא-לעיקוואד להורות דבר ה' זו הלכה, איז באשטימט געווארן די מעמד הכתרה אויף דעם מוצאי שבת ברוב עם הדרת מלך, וואו א רייכע סעודה איז געוועהן צוגעגרייט לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא, אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יוסף צבי לייזער אבד"ק פשעווארסק מאנסי וועלכער האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א פארן נייעם דיין וואס איז געוועהן פון די חשובע מתפללים אין פשעווארסקער ביהמ"ד אין מאנסי, כי לו נאה ויאה הנזר והעטרה, צו משמש זיין אין דעם בליענדן בית גדול לתורה ולתפלה. 

דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד המאורע וואו דער רבי האט ארומגערעט איבער די נייע בית הוראה וואס מען האט מייסד געוועהן וואו דער דיין וועט זיצן און פסקנען שאלות, און מסיים געוועהן בברכת קדשו ער זאל זעהן גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא ושלא יצא מכשול מתחת ידו. דערנאך האט דער דיין שליט"א אויפגעטרעטן מיטן איינצוגס דרשה כנהוג בדברי דרוש ואגדה. נאכן מעמד האבן זיך די חסידים און חברי הקהילה געשלענגלט אין די רייע צו וואונטשן מזל טוב לכבוד די התמנות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ