זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געוועהן פארמישט אין א לייכטע קאר עקסידענט, פון וואס דער רבי שליט"א און די משמשים זענען בחסדי שמים ארויס אומבאשעדיגט.
די רבי שליט"א איז געוועהן אויפן וועג פון בארא פארק קיין מאנהעטן צו באזוכן ביי אמו הרבנית מראחמיסטריווקא תליט"א לרפו"ש וואס איז שפיטאליזירט אין די מאונט סיני שפיטאל, די עקסידענט האט פאסירט אויפן FDR הייוועי ווען דעם רבינס קאר איז אריבערגעפאן אן אפענעם בור ברשות הרבים וואס האט צוגעברענגט אז די עירבעג אינעם קאר האט אויפגעריסן. די רבי שליט"א און אלע מיטרייזנדע זענען ב"ה ארויס אן קיין וואונדן און בלויז די קאר האט געליטן לייכטע שאדנס.
א פארבייפארנדע אידישע דרייווער וואס האט באמערקט דעם רבי'ן שליט"א, האט זיך אפגעשטעלט און צוגעפירט דעם רבי'ן שליט"א און די משמשים צום מאונט סיני שפיטאל, בשעת די הייוועי דעפארטמענט האט זיך אפגעגעבן מיט די סכנה'דיגע גרוב.