בעלוץ צדיקים: הערליכע רבי'שע חתונה אפגעראכטן בשמחת בית דושינסקיא

דינסטאג פ' שמות • י"ד טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


בקול רנה וישועה איז נעכטן מאנטאג נאכט אפגעראכטן געווארן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש דושינסקיא, וואס איז אריבער אויף א געהויבענעם פארנעם בעת די חסידים אומעטום פרייען זיך מיט בשמחת בית צדיקים מריחוק המקום וקירוב הלבבות.

עס איז געגאנגען אונטער די חופה הכלה ב"ק טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א מיט החתן הרה"ג ר' יואל אהרן אייכלער ראש הכולל חושן משפט אין בארא פארק, אייניקל פון הגה"צ רבי אליעזר אייכלער זצ"ל רב דחסידי באיאן אין אמעריקע.

ביום החופה נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויף פוקד זיין ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית דושינסיקיא, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון די עלטערע כתה, וואו דער רבי דינט אלס ראש ישיבה. נאך מנחה האבן די בחורים מסיים געווען מסכתות וואס זיי האבן געלערנט כהכנה צו די חתונה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער וואונטשן לחיים און דער רבי האט פאר יעדן מאציל געווען במאור פנים.

אין אן איבערראשנדע שריט האט זיך דער רבי דאן געזעצט פארלערנען זיין טעגליכן שיעור אין שו"ע וואס ער לערנט פאר פאר תלמידיו היקרים, און תיכף דערויף ארויסגעפארן צום זאל אין שטאט מודיעין, וואו די חתונה איז אפגעראכטן געווארן ברון שיר ושבח.

מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מקאמארנא בית שמש שליט"א, כתובה ליינען דער פעטער הגה"צ רבי מרדכי יהודה דושינסקיא שליט"א אב"ד דושינסקיא בית שמש, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטערס, צווישן זיי אב"ד לימנוב, אב"ד נאפקאר, און די פעטערס ממשפחת אייכלער. מיט ברכה אחריתא איז נתכבד געווארן דער זיידע מצד החתן, הרבני הישיש והנכבד ר' הערש אלימלך ווערצבערגער ראה"ק סאטמאר מאנסי.

בשעת די סעודת החתונה האט מען געהערט די שיינע דרשה פונעם זיידן ר' הערש אלימלך, וועלכער האט בטעם זקנים ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די שיינע שמחה און נחת וואס ער איז זוכה מיטצולעבן ווערנדיג א מחותן מיט'ן דושינסקיער רבי שליט"א.

דורכאויס די סעודה און נאכפאלגנדע ריקודין האבן זיך משתתף געווען אלע בני המשפחה מכל הצדדים, און באזונדער האט מען מקבל פנים געווען די געהויבענע פעטערס, שוואגערס פונעם רבי'ן שליט"א, בני וחתני הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק זיך משתתף זיין ביי די שמחה.

ווי אויך זענען געקומען צו פארן די חברים פונעם חתן, לומדים מופלגים פונעם כולל "חושן משפט" אין בארא פארק, מיט וועם מ'האט בצוותא חדא זיך ממית געווען באהלה של תורה די אלע יארן.

נאך די געהויבענע ריקודין האט מען געבענטשט, און די חתונה איז פארענדיגט געווארן קרוב לחצות הלילה.

אויף דעם שבת שמות וועט געגעבן ווערן א געלעגנהייט פאר די טויזנטער חסידים זיך פערזענליך מיטצופרייען מיט'ן רבי'נס שמחה, ביי די גרויסארטיגע קידושא רבא וואס וועט אפגעראכטן ווערן אינעם ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק, און ווי אויך שטעלט דער רבי שליט"א צו א גרויסע קידוש אין אלע דושינסקיא בתי מדרשים, וואו אומעטום וועלן די חסידים זיך משמח זיין און זיך וואונטשן ברכות כשהשמחה במעונו פונעם רבי'ן שליט"א.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ