זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: א. אייזנבאך
חסידי וויזניץ זענעם דעם שבת געכאפט געווארן אין איבערראשונג ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט ביים טיש אין גרויסן ביהמ"ד מיטגעטיילט מיט די חסידים א שטוינענדע חלום איבער א נשמה וואס איז געקומען בעטן א תיקון פונעם עולם האמת. און אפגעלערנט דערפון א מוסר השכל פאר די חסידים, הלכה למעשה.
עס איז געווען ביים צווייטן טיש ווען דער רבי האט פארציילט איבער א חלום וואס ער האט געהאט די וואך מאנטאג פארטאגס ווי א נשמה איז געקומען בעטן א תיקון פאר מחלוקה וואס ער האט אנגעמאכט זייענדיג אויף דעם עולם, און ער האט נישט קיין מנוחה דערפון. דער איד איז געוועהן א באקאנטע פערזענדליכקייט, און זייענדיג אויף די וועלט האט ער פוגע געווען אין איינעם און איז דעריבער געקומען בעטן א תיקון פונעם רבי'ן שליט"א.
ווען דער רבי האט געפרעגט פארוואס ער קומט דייקא צו איהם, איז געוועהן די תשובה אז אין הימל האט מען אויסגערופן אויפן וויזניצער רבי'ן שליט"א אז ער איז די ׳איש השלום׳ און דערפאר בעט ער אצינד א תיקון פונעם רבי'ן פאר זיין נשמה.
דער רבי שליט"א האט פארציילט די חלום און נאכגעזאגט וואס ער האט געענפערט פאר די 'נשמה' אין חלום, אז ער וועט איבערפארציילן די געשיכטע און רעדן איבער די הארבקייט פון מחלוקת, און די זכות פון די התעוררות און חיזוק בעניני בין אדם לחבירו וועט זיין א תיקון פאר די נשמה, און דער רבי ווייטער מרחיב געוועהן בדיבורו איבער די גרויסקייט פון שלום און די הארבקייט פון מחלוקת וואס ברענגט אלע צרות אויף די וועלט.
•
מער איבער די פלא'דיגע חלום אויף אן אינטערוויאו מיטן תורה שרייבער בחצר הקודש וויזניץ הרב חיים מאיר שטערן הי"ו, אויף די "קול בחצרות" טעלעפאן-ליניע: