איש חסיד היה: נפטר געווארן הרה"ח ר' אברהם שמעון מארגנשטערן ע"ה אייציגסטע ברודער פון יבלחט"א האד' מתורת חכם

זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי גור אין שטאט בארא פארק באוויינען די פלוצלינגדיגע פטירה פון הרב החסיד המפואר ר' אברהם שמעון מארגנשטערן ע"ה א ברודער פון יבלחט"א הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, פון די גאר חשובע גערער חסידים און בארא פארק, וועלכער איז דעם שב"ק פלוצלינג נפטר געווארן נאכן ליידן פון א פאטאלע הארץ אטאקע רח"ל.

ר' שמעון איז כל ימיו געווען דבוק אין זיינע גרויסע רבי'ס, ער פלעגט אפט קומען צו פארן זיך מסתופף זיין בצל רבו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. ער איז געווען א מוסטער פון א ריכטיגע חסידישע איד, און געלעבט א לעבן פון תורה עבודה וגמילות חסדים.

מיט עטליכע יאהר צוריק איז ר' שמעון געווען דער מייסד ומחולל פון די גערער שטיבל 'ברכת אליהו' אין בארא פארק לשמו ולזכרו פון די גערער ראש הכולל הגאון ר' אליהו פישער זצ"ל, זייענדיג דער בריח התיכון און רוקן ביין פון די שטיבל.

ר' שמעון ע"ה איז געוועהן דער איינציגסטע ברודער פון להבדיל בין חיים לחיים הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם מיט וועם ער האט פארמאגט גאר א נאנטן קשר, ונפשו קשורה בנפשו.

די וואך שבת וויילנדיג אין לעיקוואד האט ער געליטן פון א הארץ אטאקע, וואו עס איז ליידער באשטעטיגט געווארן זיין פלוצלינגדיגע פטירה, אין בליענדן עלטער פון פינעף און זעכציג יאר. די לוויה קומט פאר היינט זונטאג פארמיטאג פון די גערער שטיבל 'ברכת אליהו' אויף די דריי און פופציגסטע גאס אין בארא פארק אויפן וועג קיין ארץ ישראל לקבורה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ