עוז ואורה: כל קהל עדת סאדיגורא אין רגשי הכנה צו "הכנסת ספר תורה" געשריבן בשותפות לע"נ דעם רבי'ן בעל עטרת ישראל זצ"ל

מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


רוישיגע הכנות קומען שוין פאר אינערהאלב חצר הקודש סאדיגורא, לקראת די חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס ווערט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אריינגעגעבן דורך כל קהל עדת חסידי סאדיגורא, וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם גרויסן פראיעקט צו לאזן בשותפות שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמת דעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצ"ל.

נאך אינעם שנת האבל פונעם רבי'ן זצ"ל האט מען אנגעהויבן שרייבן די ס"ת, ווען במשך די גאנצע צייט ווערט די ס"ת געשריבן בהידור רב ווען די עקסטאז וואקסט שפאנענדיג כסדר נענטער צום גמר הכתיבה, און אצינד איז נקבע געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפצוהאלטן די חגיגה דעם קומענדיגן י"א שבט, וואס אנטשפרעכט צו זיין יו"ט'דיגע טעג ווען די גאנצע קהלה קדישא הדין שותפי הספר וועלן מיטלעבן די געהויבענע קייט פון מעמדים נשגבים בשמחת התורה.

די ימי אורה וועט זיך אנהייבן מיט א סעריע פון מעמדי "כתיבת האותיות", באזונדערע מעמדים אין אלע סאדיגורא בתי מדרשים ברחבי ארה"ק, ווען צום הויכפונקט וועט פארקומען די צענטראלע מעמד סיום כתיבת האותיות דורכ'ן רבי'ן שליט"א, מוצאי שבת בשלח.

צומארגנס, זונטאג יתרו וועט פארקומען די גרויסע חגיגה, די ס"ת וועט ארויסגיין פון שטוב פון הרה"ח ר' אלימלך שרגא שפירא אויף רחוב הרב ריינס און וועט באגלייט ווערן ברחובה של עיר דורך די טויזנטער חסידים מגדול ועד קטן, אויפ'ן וועג צום גרויסן סאדיגורא ביהמ"ד, וואו עס וועט אינעם היכל סאלאש אפגעהאלטן ווערן די פייערליכע טענץ בקול רנה ותודה המון חוגג, ווען צום קלימאקס וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין די הייליגע הקפות און ריקודין עילאין.

די סעודה לגומרה של תורה וועט דערנאך זיין צוגעשטעלט לכל הקהל ההקודש, אין די מלכות'דיגע "היכל הכינוסים" אין בני ברק. מיט פרקי זכרונות פון די לעכטיגע זמנים ביים רבי'ן ז"ל וועט אויפטרעטן הרבני הנגיד ר' יששכר קנול, און מיט'ן דרשת נאום הכבוד וועט אויפטרעטן דער אורח הדגול ונואם בחסד עליון הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפן.

נגיל ונשיש בזאת התורה כי היא לנו עוז ואורה

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ