האד' רבי יאשיהו פינטאו גאב"ד מאראקא באזוכט ביי אלבאניזער פרעמיער מיניסטער

דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם אנהייב וואך איז האדמו"ר רבי יאשיהו פינטאו גאב"ד מאראקא אפגעפלויגן קיין אלבאניע וואו ער האט זיך געטראפן מיט דער פרעמיער מיניסטער פון אלבאניע, עדי ראמא. דער פרעמיער מיניסטער האט ארומגעפירט הרב פינטאו ארום דער היסטארישע שטאט וולארע וואס טראגט אסאך אידישע היסטאריע און האט אין די פארגאנגענהייט פארמאגט א גרויסע ארטאדאקסישע קהילה, דער פרעמיער מיניסטער האט דארט געמאלדן די גינסטיגע נייעס אז אלבאניע גרייט זיך צו עפענען א גרויסע אידישע מאזעאום איבער דער אידישע היסטאריע און קולטור אין שטאט. הרב פינטו שליט"א האט זיך אויך געטראפן מיט אנדערע רעגירונג באאמטע צו אויסארבעטן די לעצטע דעטאלן איבער די גרינדונג פון א ישיבה אין די ׳שובה ישראל׳ נעץ בנשיאותו מיטן ציל צו פארוואנדלן אלבאניע צו אן ארט ווי אידן פון איבער די וועלט וועלן קענען קומען באזוכן.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ