מציבת קודש אראפגעשטעלט במקום מנוחתו פון הרה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זצ"ל אין ניי-געבויעטן "אהל" אין דראהביטש

דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


ארויסטרעטנדיג פון די ליכטיגע ימי חנוכה, טוען סאטמארע חסידים אויפנעמען די בשורה טובה, אַז לקץ שבעים נושעתי, נאָך 80 יאָר זינט דער ביטערער וועלט-מלחמה בימי הרס עולם האט מען ב״ה זוכה געווען להעמיד מציבת זכרון אויפ׳ן מקום מנוחת קדשו פון האי צדיק וקדוש, מרן רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זכר צדיק וקדוש לברכה, אין דעם אור-אלטן בית החיים אין דער שטאט דראהביטש, וואו נכרים האבן ליידער מכרכר געווען פון דעם חורבן הנורא ועד היום הזה, און נאָך וואָס ס׳איז געלונגען צו פּרעזערווירן דאָס אָרט און אראפּשטעלן אַן אהל על ציון קדשו, האָט מען יעצט אראפּגעשטעלט אַ מציבת קודש — עד הגל הזה ועד המציבה.

ווי ברייט באריכטעט, איז געלונגען צו ראטעווען דעם בית החיים אין שטאט דראהביטש, נאך לאַנגע יאָרן וואָס די חשוב׳ע עסקנים פונעם ״ועד להצלת בית העלמין דראהביטש״, פון ק״ק סאטמאר אין ניו יאָרק, בראשות כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א ואתו עמו בנו הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, האבן אריינגעלייגט מורא׳דיגע כוחות למען הצלת בית העלמין.

עס האָט געדראעט א באלדיגער געפאר אז דער גאנצער בית העלמין וועט אריבערגיין צו גויאישע אייגענטימערשאפט, מ'האט אונטערגענומען א ריי העפטיגע שתדלנות אינטערווענצן וחפץ ה' בידם הצליח. די עסקנים האָבן בשעתו געשאַפן גרויסע געלטער צו העלפן ראַטעווען דעם בית החיים און פּרעזערווירן דעם ציון הק'.

דא איז אריינגעקומען דער העלדישער עושה ומעשה להצלת קברי צדיקים הרב ישראל מאיר גבאי שליט״א וועלכער האָט פארארבעט מעשים מיט זיינע פארצווייגטע פארבינדונגען און פּרובירט אויסצואיבן די מאַקסימום דרוק אַז מ׳זאָל ענדליך קענען אויפבויען דעם אהל. בדרך לא דרך, מיט א מורא׳דיגע סייעתא דשמיא והשגחה פּרטית, האָט מען הארט בעפאר יום טוב סוכות העעל״ט באַקומען א פּאזיטיווער אנטווארט פון די ארטיגע אויטאריטעטן אז זיי שטימען צו מ׳זאל אויפבויען אַן אהל דארט אויפ׳ן פּלאץ, אבער נאר אז ס׳ווערט געבויעט תיכף ומיד אין געציילטע טאג, אז די אויפבוי זאל נישט ציען קיין ווידערשטאנד פון די לאקאלע שכנים, און ביז 24 שעה, נאך בעפאר סיי ווער האט זיך געקענט אריענטירן, איז שוין דער אהל געשטאַנען דאָרט אויפ׳ן פּלאץ, אויפגעבויעט שפּאָגל-ניי, בכבוד הראוי!

דאן האט מען זיך גענימען צום נעקסטער שטאפּל, נעמליך: אראפּצושטעלן א מציבת זכרון על אותו מקום קדוש. היות, לדאבון הלב, איז נישטאָ קיין שום זכר פון די מציבה על ציון קדשו, איז נישט שייך צוריקצושטעלן די מציבה כמתכונתה, האָט אָבער נכדו כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א באַאויפטראַגט בנו חביבו דער סיגוטער רב שליט״א זיך אפּצוגעבן אַוועקצושטעלן אַ ״מציבת זכרון״ מיט אַ נוסח מנציח צו זיין דעם המקום אדמת קודש.

דער נוסח המציבה איז אויסגעארבעט געווארן בכובד ראש דורכ׳ן סיגוטער רב שליט״א, לויט די הדרכות פון מר אביו דער רבי שליט״א. דער נוסח המציבה דערמאנט אז רבי אלעזר ניסן זצ"ל איז געווען רב צום ערשט אין ק״ק סיגוט און דערנאך אין דראהביטש, און ס׳ברענגט נאך די עדות׳שאפט פון זיין הייליגן טאטן אז ער איז ״גדול כאחד הראשונים בחריפותו ובקיאותו בצדקתו״ און נאך אויסטערלישע הפלגות.

די מציבה טוט באטאנען אז צום גרויסן דאבון הלב איז דער גאנצער בית החיים נהרס געווארן, און ס׳איז בלויז איבערגעבליבן דאס שטיקל פלאץ וואס דערויף איז געשטאנען דער אהל הקדוש, און דעריבער זאל די מציבה אויך דינען אלס זכרון פאר די נשמות קדושות וטהורות פון אַלע צדיקים וצדקניות וועלכע זענען באהאלטן געווארן אין דער שטאָט, יזכרם אלקים לטובה עם שאר צדיקי עולם. 

ס׳איז צום האָפן אַז — ווי נאָר די אוקריינער מלחמה וועט זיין פאַריבער בעז״ה, וועט דער מקום ציון המצויינת צוריק פארוואנדלט ווערן אין אַ תל תלפּיות, אידן וואס וועלן פאָרן לקברי צדיקים בארצות אייראפּע וועלן זיך אָפּשטעלן דאָרט און מתפּלל זיין להפקד בדבר ישועה ורחמים, און דאָס וועט ברענגען בעז״ה אז דאס פּלאץ זאל מער נישט געשענדעט ווערן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ