הנה מלכך בא: האד' מוויזניץ נעמט אונטער לענגערע "מסע חיזוק" קיין עיר הבירה לאנדאן

דינסטאג פ' ויחי • ז' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס שמחה און שפאנענדע רגשי הלבבות רישן זיך חסידי וויזניץ לענגאויס אייראפע צו ענטפאנגען דעם אורח נשגב, מלכם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער נעמט אונטער א לענגערע מסע חיזוק קיין עיר הבירה לאנדאן, לרגל די חגיגה רבתי חנוכת בנין התלמוד תורה החדש ישועות משה וויזניץ אין לאנדאן.

שוין א לענגערע צייט וואס די נסיעה איז געפלאנט, און עס האט שוין געזאלט פארקומען לעצטן יאר ווינטער, אבער עס איז דאן אפגעשטופט געווארן צוליב די פטירה פון דעם רבי'נס שוועסטער, הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה, און אצינד איז געקומען די גליקליכע שעה ווען דער רבי וועט מופיע זיין בהדרו בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי לאנדאן, וועלכע ציילן שוין די טעג צום ביאת צדיק אל המקום.

די מסע הקודש וועט פארוואנדלט ווערן אלס זמן קהלה לכל, און וועט אפצייכענען א פייערליכע געשעעניש פאר כל קהלה קדישא חסידי וויזניץ איבער די גאנצע וועלט, וועלכע פרייען זיך מיט די אחים לדיעה תושבי לאנדאן, און עס האבן זיך שוין געמאלדן אריבער 800 חסידים פון איבער די וועלט, ובפרט מרחבי אייראפע און ארה"ק, וואס וועלן קומען מיטלעבן די געהויבענע ימי האורה בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א על אדמת לאנדאן.

דער רבי שליט"א וועט מופיע זיין בשערי העיר, אין די היימישע סטעמפארד הילל, דעם קומענדיגן דינסטאג שמות, און עס וועט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים ברחובה של עיר, לקבל את פני הקודש.

במשך די וואך וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן ביקורי כבוד ביי די אדמור"י ורבני העיר, און דער הויכפונקט וועט זיין דער שבת המתאחדת, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסן פארנעם אינעם ריזן שאטער וואס וועט אויפגעשטעלט ווערן אינעם חצר פון די "יסודי התורה זאלן" אין שטאט, פאר די תפילות און טישן, און באזונדער איז ארויסגעדינגען געווארן די יסודי התורה זאלן, פאר'ן באנוץ פון די סעודת שבת פאר די געסט און אלע ארומיגע איינריכטונגען. מוצש"ק וועט פארקומען די גרויסע מעמד "באגלייטן" ווען די טויזנטער חסידים ותושבי העיר וועלן בכבוד מלכים באגלייטן דעם רבי'ן שליט"א פונעם שאטער צום בית האכסניא.

זונטאג וארא וועט מיט עקסטאז געפייערט ווערן די חגיגת "הכנסת ספר תורה", בנדבת לבו פונעם נדבן הבנין פונעם ת"ת החדש, הנגיד ר' אברהם מרדכי גליק, און ביינאכט נאכ'ן מעמד וועט פארגעקומען די צענטראלע חגיגה און מעמד רבתי "חנוכת הבית" קאמבינירט מיט'ן סעודה לגומרה של תורה, וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש והדרכות פאר עדת צאן מרעיתו תושבי אייראפע.

דינסטאג וארא וועט דער רבי שליט"א ארויספארן צום "פינשלי" געגנט מחוץ לעיר לאנדאן, און דארט אויפנעמען דעם ציבור במשך די נאכפאלנדע צוויי וואכן, ווען מ'וועט האבן די זכי' לברך ולהתברך און נהנה זיין עצה ותושי', מיט באשטימטע זמני כניסה פאר יעדע משפחה באזונדער.

שבת וארא וועט דער רבי שליט"א פראווען אויסער די שטאט, א שבת מיוחד פאר די נגידים בעם וואס ביישטייערן פאר די פאנטאסטישע הוצאות הנסיעה און מעמדי קודש.

נאך שבת וועט דער רבי שליט"א צוריק אריינקומען אין שטאט לאנדאן, און אפרעכטן געהויבענע באזוכן בקרב הקהלה והמוסדות, אין די ישיבה און היכל הכולל, און באשיינען פארשידענע מאורעות און מעמדי הוד.

אין די קארגע פארבליבענע וואך ביז די נסיעה ווערט געלאזט אין גאנג, רוען נישט די עסקני וועד הנסיעה און זענען טעטיג מיט'ן אראנדזשירן אלע טעכנישע און לאגיסטישע פרטים צו באקרוינען דעם מסע הקודש מיט די פולסטע סוקסעס.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ