אנגעהויבן גראבן די יסודות פאר בנין אדיר ומפואר סמוך ונראה לציון הרה"ק משינאווע זי"ע

דינסטאג פ' מקץ • כ"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


פונעם שטעטל שינאוָוע קומט ארַיין גארָ גינסטיגע אנַטוויקלונגען, איבער גארָ פּאזָיטיווע פארָשריט אין דער ריזן אונטערנעמונג דורך 'בית שינאוָוע', איבער די פאקטישע התחלה אויפצובויען א ריזן גיגאנַטישן בנין ענק, סמוך ונראה אל מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאוָוע זי"ע.

"בית שינאָווע" איז געגרינדעט געוואָרן דורך נכדי הרה"ק משינאווא וועלכע האָבן גענומען אַ מיסיע אויף זיך צו לאָזן בויען די ריזן געביידע צו טוישן דעם ביז יעצטיגן צושטאַנד אין שטאָט שינאָווע וואו ס'איז געווען שווער צו טרעפן די מינימאַלע באַדערפענישן אין צייט וואָס מ'איז געקומען מתפלל זיין על ציון הקדוש.

אצינד האָט מען שוין אָנגעהויבן גראָבן די שטאַנדהאַפטיגע יסודות וואָס זאָל קענען האַלטן אויף זיך דעם ריזן בנין, וועלכע וועט אין דער נאָנטער תקופה פאַרוואַנדלט ווערן אַלס אַ ריזן צענטער פאַר די טויזנטער משתטחים וואָס קומען צוגיין דורכאויס דאָס גאַנצע יאָר, איבערהויפט ווען עס קומט דער גרויסער יאָרצייט ו' טבת. 

שטייענדיג אין אַ צייט וואָס מ'האַלט שוין נאָכ'ן אַריבערשוויצן אַזויפיל פרקים פון שטאַפּלען איבער שטאַפּלען, ביזן ענדגילטיג אָנקומען צו דער תקופה וואָס מ'הייבט שוין אַצינד אָן מיט די פאַקטישע בוי- אַרבעט, טוט עס ווי אויטאָמאַטיש אַרויסברענגען אַ געוואַלדיגע התרגשות צווישן חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האָבן זיך אַלע יאָרן אומגעקוקט און געפרעגט ווען וועט שוין אָנקומען דער גרויסער טאָג. מ'האָפט און מ'איז מתפלל אַז פון יעצט און ווייטער זאָל די אַרבעט גאַלאָפּירן פאָראויס מיט אימפּעט אומגעשטערט, מזאל שוין קענען עפענען די טויערן צו דער הערליכער פּראַכטפולער געביידע, וואָס וועט גאָר שטאַרק פאַרלייכטערן פאַר די פילצאָליגע משתטחים וואָס קומען מתפלל זיין אויף אַזאַ מקום מסוגל פויעלן ישועות און רפואות.

די פרייד איז ספּעציעל גרויס ווען די רעדע איז פון דער שטאָט שינאָווע, צו וואו אונזערע אור-עלטערן זענען געקומען צו פאָרן לאַנגע שטרעקעס מיט פערד און וועגענער איידער דעם חורבן אייראָפּע, צום הייליגן שינאָווע רב זי"ע. דעם הייליגן צדיק׳ס וואוינאָרט געווען וואויל באַרימט און באַקאַנט אַלס אַ צענטער פון תורה ועבודה, אינאיינעם מיט די אויסנאַמליכע עבודת החסד וועלכע האָט זיך אָפּגעשפּילט אינעם צדיק׳ס הויף, זינט די הסתלקות ו' טבת תרנ"ט האָבן זיך דער גאַלאָפּ פון די פערד און וועגענער נישט אָפּגעשטעלט. פילצאָליגע אידן זענען געקומען צום ציון הקדוש, וואו מ'האָט ווייטער גע'פּועל'ט ישועות ורפואות אויף אַ שטאַרקן פאַרנעם כי אדמת קודש היא.

 ליידער האָט דאָס יהדות אייראָפּע געליטן פון די שווערע וועלט-מלחמות, און ווי די אַנדערע שטעטלעך אין פּוילן און גאַליציע, האבן די רשעים  חרוב געמאַכט די שטאָט שינאווא און ליידער באוויזן צו חרוב לייגן די שטאט, אָבער מיט גרויסע ניסים האָט די מציבה פון הרה"ק משינאָווע זי"ע דורכגעמאַכט די ברוטאַלע קריגס יאָרן באופן פלא ממש, שלא כדרך הטבע.

טראָצדעם וואָס די פלאַם קיין שינאָווע איז אייביג געבליבן ברענען מיט גרויס פייער, איז אָבערליידער די צושטאַנד ארום און ארום איז ווייט נישט ווי עס וואָלט ווען געדאַרפט צו זיין. ס'איז געווען ווייטאָגליך אַז אידן קומען אָן אהין און האָבן נישט וואו צו באקומען די מינימאַלע מענטשליכע באַדערפענישן. און עס איז אָנגעקומען צו אַ שטאַפל אַז ס'איז געווען גאָר שוואַך צוגעשטעלט פאר אַזאַ ריזן ציבור אידן וואָס האָבן געמאַכט די וועג אהין. די פרישע 'בית שינאָווע' קערפערשאַפט, וואָס איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט עטליכע יאהר צוריק האָט גענומען אַ מיסיע אויף זיך צו פאַרזיכערן אַז די פילצאָליגע משתטחים זאָלן קענען אנקומען צום ציון הקדוש מיט מנוחת הנפש, און זאָלן מער נישט דאַרפן אַריבערגיין די אויסטערלישע אויסמוטשניש. 

אין אַ גאָר פּאָזיטיווע אונטערנעמונג האָבן זיי גענומען די לאסט אהערצושטעלן אַ ריזן געביידע, וואָס זאָל שטיין צום באנוץ פאר די פילצאליגע אידן, און עס זאל זיין ווי אַ צענטער פאר אַלע באדערפענישן וואָס קען זיך נאָר פארלאַנגען אין אַ צייט וואָס מ'קומט קיין שינאָווע, נאך לאַנגע יארן, פון מיטינגס מיט רעגירונג באַאַמטע, און גרויסע מומחים און נאך אַ לאַנג- פארצויגענע תקופה פון אַזויפיל הכנות, איז ענדליך אָנגעקומען די טאָג ווען די בוי-מייסטערס שטייען שוין אויפן באשטימטן ארט, סמוך ונראה אל מקום מנוחת קדשו, און טוען אין די טעג שוין די פאַקטישע גראב-אַרבעט אַהערצושטעלן די ברייטע טיפע יסודות פאַר׳ן בנין, אויף וואָס ס'איז פלאַנירט אין די גאָר נאָנטע תקופה אַרויפצוציען די הערליכע צוויי שטאקיגע בנין.

גדול יהיה כבוד הבית הזה די הערליכע געביידע וועט זיין אַ כליל היופי, און וועט אַנטהאַלטן אַלע באַדערפענישן וואָס אידן נויטיגן זיך זייענדיג אין דער פרעמד, עס טוט אַרייננעמען די רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע אָנגעלעגנהייטן. א בית מדרש וואו מ'וועט אָפרעכטן ווארעמע תפילות, אַ שיין אויסגערישטע מקוה, אַ פול אויסגעשטאַטעטע קיך, הערליכע צימערן, וואו די געסט וועלן זיך קענען אויסרוען די ביינער נאָך אַזאַ לאַנגע וועג. און אַ באַזונדערע אָפּטיילונג וועט זיין צוגעשטעלט פאר די עזרת נשים וואָס קומען מתפלל זיין ביים ציון הקדוש. 

 די געוואַלדיגע דערגרייכונג שטייענדיג אין אַ צייט ווען מ'טוט אַריינטרעטן אין די פאַזע פון פאַקטיש אויפשטעלן די ריזן מסוגל'דיגע בנין טוט ווייטער אויפוועקן אַ חשק ביי שלומי אמוני ישראל אַלוועלטליך צו נעמען אַ חלק אין די היסטאָרישע אונטערנעמונג. קלוגע אידן קויפן זיך איין זכותים אדירים און וועלן האָבן די אייביגע זכות אין אַ בנין וואָס וועט לייכטער מאכן פאר אַזויפיל אידן וואָס קומען צו פארן קיין שינאָווע.

שטייענדיג געציילטע וואכן נאנט צום גרויסער יומא דהילולא ווען עס ווערט געשאצט צו ברענגען אַ טויזנט קעפיגע ציבור בלע"ה ווערט שוין אויספלאנירט און צוגעגרייט די גרויסאַרטיגער מעמד הנחת אבן הפינה ווען מ'וועט ענדליך זוכה זיין צו אַריינגיסן די יסוד אינעם בנין לשם ולתפארת. די עסקנים לבית שינאָווע זענען שוין אין די טעג פארנומען מיט די העפטיגע הכנות צו קענען אויסרישן די ריזן מעמד כדי צו פארזיכערן אַז אלעס זאָל קלאַפן אויפן העכסטן קלימאַקס בס"ד, ס'איז ערווארטעט צו זיין אַן היסטאָרישע מעמד וואָס וועט אַריינלייגן די שטאט שינאָווע אין אַ נייע עפאָכע.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן