מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די טעג ווערט אויפגענומען מיט גרויס התרגשות בעולם החסידות די וואונדערליכע אנטפלעקונג פון די מצבה פונעם איש קדוש וצדיק נשגב הרה"ק רבי יהודה יצחק פרענקל זצ"ל אב"ד סוניק ובעל מחבר ספר "שני צמידים" וואס איז געטראפן געווארן פולקאם גאנץ, במקום מנוחת קדשו אינעם שטעטל סוניק, אין דרום פוילן, באקאנט אלס מערב גאליציע.
דער סוניקער רב איז געווען מפורסם בצדקתו וקדושתו, און געצויגן דעם גזע היחס פון קדושי עליון שרפי מעלה, און געווען א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' הירש מרימנוב זי"ע, רבי שלום קאמינקער, און א תלמיד חבר פון הייליגן צאנזער רב זי"ע, וועלכער באטיטלט אים אין א תשובה "גדול הדור".
ער האט געפירט די שטאט סוניק בעוז ורמה און פון דארט פארשפרייט אור תורתו וקדושתו אויף נאנט און ווייט, ושמו הגדול הולך לפניו אלס פועל ישועות בקרב הארץ.
לאנגע יארן נאך זיין הסתלקות איז ציון קדשו געווען א פלאץ וואו אידן זענען געקומען שופך שיח זיין און מ'האט געזען דארט וואונדערליכע ישועות. ביים קריג איז ליידער די מצבה און אהל הק' חרוב געווארן, און ביז'ן היינטיגן טאג האט מען נישט געוואוסט גענוי וואו מקום קבורתו איז אינעם ארטיגן בית החיים.
אין די לעצטערע יארן האבן די אייניקלעך לבית פרענקל זיך אריינגעלייגט מיט העפטיגע פעולות צו טרעפן מקום מנוחת קדשו, ביז מ'האט געטראפן די יסודות האהל, און די התרגשות איז געווען עד אין לשער, ווען ביים ארומזוכן ארום דעם מקום האהל, האט מען זיך אנגעשטאלפערט אין א הארטע שטיין, מ'האט געגראבן אביסל, און מ'האט אנטדעקט די "מצבה" פולקאם גאנץ, מיט די גאנצע לענגערע נוסח המציבה פון מערערע שורות, קלאר גאנץ מיט אלע ווערטער, בלי שום חסרון!
דאס התרגשות איז גאר גרויס ביי די טויזנטער אייניקלעך פון דעם צדיק, און מ'גרייט זיך שוין אז אויף דעם חנוכה ווען עס געפאלט זיין יארצייט, צו האבן אויפגעשטעלט די מצבה, נאכגעפאלגט מיט ווייטערדיגע אינטענסיווע שריט צו אויפשטעלן צוריק דעם אהל הק'.
אויפ'ן זעלבן בית החיים אין סוניק ליגן אויך נאך צדיקים מפורסמים, הרה"ק רבי איציקל סטיטשינער, הגה"ק המקובל רבי יחיאל אב"ד טעריווא, הרה"ק רבי דוד'ל שפירא מביקאווסק, און נאך.