ניי געקרוינטער רב הראשי הגאון רבי דוד יוסף אויפגענימען מיט גרויס כבוד ביי שבע ברכות אין גור

דינסטאג פ' וישב • ט"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם מאנטאג נאכמיטאג ביי די לעצטע שבע ברכות – נעילת ימי השמחה בחצר הקודש גור, האט זיך משתתף געוועהן די ניי געקרוינטער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, וועלכע איז די וואך אויפגענימען געווארן במקומו פון זיין ברודער הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א וועמענס טערמין איז אפגעלאפן מיט עטליכע חדשים צוריק. דער ראשון לציון איז געוועהן אנגעטוהן מיט די בגדי מלכות פון אביו הגדול הגאון מרן עובדי' יוסף זצ"ל. כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו און זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס מיטן גאון, צייגנדיג דעם גרעסטן מאס כבוד און הערצה. דער רבי האט דאן מכבד געוועהן דער ראשון לציון מיט לחיים און מאציל געוועהן ברכת קדשו לרוב צו זיין נייעם תפקיד.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל