גנזי המלך מיט "ירושה חפצים" פון האד' מסקווירא וועט היסטאריש געצייגט ווערן פאר תומכי ביהמ"ד החדש דשיכון סקווירא

זונטאג פ' וישב • י"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


בחרדת קודש און יראת הרוממות ווערט אויפגענומען בחצר הקודש סקווירא די ערשטמאליגע געשעעניש און זעלטענע שריט פון אות הוקרה וואס וועט ארויסגעצייגט ווערן פאר די נדיבי לב ותומכי ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא, וועלכע וועלן באקומען די זעלטענע זכי' צו מסיב זיין על שלחן המלך פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ביי א מסיבה נהדרה "ירושת אבותי", וואו זיי וועלן געצייגט ווערן און קענען באטראכטן די חפצי קודש וסגולת מלכים פון די צדיקי בית סקווירא און טשערנאביל זי"ע, וואס געפינט זיך בבית גנזי המלך פונעם רבי'ן שליט"א.

שוין פילע צענדליגער יארן טוען די חפצי ירושה זיך געפינען באהאלטן אונטער שלאס-און-ריגל אינעם רבי'נס חדרי המלך הפנימית, טראגנדיג אן אומשאצבארע ווערד פון שווערע מיליאנען, און נאר איינמאל א יאר, ביי בדיקת חמץ, זענען געציילטע בחורים, שקדנים ועילוים זוכה אריינצוקומען לפני ולפנים ולחזות בנועם חפצי הקודש, אלס אות הצטיינות נאכ'ן זיך שטעלן צום פארהער אויף 800 בלעטער גמרא תוספות.

אצינד ווען די קופת קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש איז אויסגעליידיגט, און מ'נויטיגט זיך קריטיש אין פרישע געלטער צו ערגענצן דעם בית גדול וקדוש, אויף וואס חסידי סקווירא אומעטום קוקן שוין ארויס בכליון עינים, איז דער סקווערער רבי שליט"א ארויס מגדרו און טוט יעצט איינמאל געבן די רשות כניסה פאר די נדיבי לב וואס וועלן ביישטייערן דעם סכום נכבד פון "זעקס און צוואנציג טויזנט דאלאר", צו קענען מיטלעבן שעות של קורת רוח במחיצת הקודש.

אין א בחינה פון 'הביאני המלך חדריו', וועט דער רבי פערזענליך מתוועד זיין מיט די נדבנים און זיי צייגן די חפצי און כתבי קודש מנחלת אבותיו הק' און דערביי וועט געשילדערט ווערן די רייכע היסטאריע און השתלשלות ווי אזוי די נאסטאלגישע חפצים זענען אנגעקומען לגנזי המלך. באזונדער וועט פארקומען אן אינהאלטסרייכער פראגראם פאר די נשות חסד, די בני בית פון די נדבנים, וועלכע וועלן אויך קומען מיטהאלטן די חגיגה מפוארה.

דער מעמד הוד "ירושת אבותי" וועט פארקומען אין א מלכות'דיגע זאל אין ניו דזשורזי, דעם קומענדיגן זונטאג שמות, איידער דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף אפרו אין קאליפארניע.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ