והושעת את ישראל: יהדות אמעריקע ענטפאנגט בהערצה הגאון רבי חיים שמערלער רב צאנז ירושלים ונשיא ארגון "הגפן"

מיטוואך פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט כבוד און הערצה טוט דער אמעריקאנער אידנטום מקבל פנים זיין דעם אורח הדגול פון ארה"ק, דער וועלט בארימטער מרביץ תורה לאלפים ולרבבות הגאון הגדול רבי חיים שמערלער שליט"א רב קהילת היכל צבי צאנז ירושלים, און דער מייסד ונשיא פונעם קריטישן ארגון "הגפן".

דער רב שליט"א איז ברייט באקאנט מיט די אומגלויבליכע רעוואלוציע וואס דער ארגון "הגפן" האט באוויזן צו שאפן, צו לעזן דעם גאר שווערן שידוכים קריזיס ביי כלל ישראל, און בעיקר מיט'ן זיך אפגעבן פאר שידוכים פאר עלטערע בחורים המצפים לישועה.

מיט צען יאר צוריק האט הגאון רבי חיים שמערלער געגרינדעט די ברייט פארצווייגטע שידוכים ושדכנים קערפערשאפט "הגפן" וואס האט געברענגט א נייע עפאכע בקרב קהילות הקודש איבעראל, וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט געמיינזאמע כוחות אינערהאלב "הגפן", צו ערפילן די הייליגע מטרה, צו טרעפן א פאסיגן שידוך פאר אלע עלטערער בחורים און מיידלעך.

אין לויף פון די יארן האט "הגפן" זיך צעבליעט מיט פילצאליגע אפטיילונגען און אפיסעס אין מערערע שטעט און ביי אלע שיכטן און קרייזן בארה"ק, מיט ערפארענע שדכנים און שדכניות וואס ארבעטן אומערמידליך אין די עבוה"ק אויסצופירן שידוכים ביי כלל ישראל.

אין א נייע חידוש'דיגע רעוואלוציע האט "הגפן" לעצטנס צוגעלייגט די רפואה שידוכים אפטיילונג, אויפנעמענדיג א ספעציעלע שטאב פון שדכנים וואס באפאסן זיך צו טרעפן שידוכים פאר בחורים און מיידלעך וואס האבן א געזונט אישו, אפילו אזעלכע לייכטע ווי צוקער, א ברי, וכדומה, און דאס האט זיי ביז היינט געשטערט פון טרעפן א שידוך, און מיט'ן הילף פון "הגפן'ס" רפואה אפיס קערט מען איבער וועלטן צו טרעפן פאר זיי פאסיגע געראטענע שידוכים, בעז"ה.

כלל ישראל דרוקט אויס דאנקבארע שעצונג פאר'ן מייסד ונשיא הארגון, הגאון רבי חיים שמערלער, וואס זינט'ן התייסדות האט "הגפן" שוין באוויזן דאס אומגלויבליכע, העכער "פערצן טויזנט שידוכים" געשלאסן! א גרעסערע טייל דורך די אויסשליסליכע פעולות פון הגפן, און א טייל דורך טיילווייזע וויכטיגע הילף צוגעשטעלט דורך הגפן.

אצינד ווען דער גרויסער גאון קומט קיין אמעריקע וועט מען האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין פניו בתודה, און אים העלפן אויספירן זיינע פרישע פראיעקטן להרים קרן התורה והחסד, און ברענגען פרישע גוטע בשורות פון שידוכים ביי כלל ישראל.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ