בזמן שהצדיק בעיר: האד' מסאטמאר ערשיינט אויף ביקור הקודש אין שטאט אנטווערפען – בעלגיע

מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי סאטמאר דרי אנטווערפען האבן היינט געהאט די זכי׳ לקבל את פני הקודש פונעם מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א, וואס וועט שענקען כמעט א גאנצע וואך, א יומא אריכתא, פאר חסידי סאטמאר אין אייראפע.היינטיגן מאנטאג אין די צופרי שעות האט די פליגער פון רבי'ן שליט"א און די פמליה געלאנדעט אויף די  בעלגישער באדען, אינעם בריסל לופטפעלד. תיכף ביים אראפשטייגן פונעם פליגער האבן אפגעווארט די ראשי העסקנים, וועלכער האבן צוגעפירט דעם רבי'ן שליט"א צום טערמינאל וואו א גרויסן ציבור חסידים האבן מקבל געווהן פני הקודש מיט טענץ און געזאנג.

פונעם לופטפעלד איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט אין פאליציישע באגלייטונג. נאך א קורצע אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר יעקב יוסף לעפקאוויטש הי"ו, ראש הקהל דק״ק סאטמאר אנטווערפען, איז די רבי געגאנגען אינעם פריוואטן מקווה וואס מהאט ספעציעל געבויט פארן רבי'ן אין די אוסטן שול דקהל מחזיקי הדת. ביים אנקומען צו תפלת שחרית אין ביהמ״ד, איז פארגעקומען א פייערליכער מעמד ״קבלת פּנים״ ברחובה של עיר אויף די יאקאב יאקאב גאס וואו די הונדערטער ילדי תינוקות של בית רבן, תושבי העיר, און אורחים נכבדים חסידים ואנשי מעשה האבן אפגעווארט מיט פרייד און געזאנג אויסגעשורהט אויף ביידע זייטן פון די גאס זייענדיג מקבל פני דעם נשיא אלוקים בתוכינו בבואו לחון את פני העיר.

דער רבי ערשינען אויף תפילת שחרית אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד, ווי א שיינעם ציבור חסידים האט מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן שליט"א ברוב עם הדרת מלך, די רבי האט עולה געווען לתורה און גומל געבענטשט. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים רבתי במקהלות עם רב, תלמידי וחסידי סאטמאר וכלל תושבי העיר זקנים עם נערים אין שפיץ פון די רבני ודייני העיר. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער מנהל בית רחל ד'סאטמאר הרה"ח המפואר ר' מרדכי שטויבער שליט"א האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס הערשט ביים ציבור ווען מען האט די זכי' מקבל זיין פני הקודש, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה דער דיין הקהילה הגה"צ ר' מנחם מענדל לעמבערגער שליט"א. דאן האט די רבי געטרינקען לחיים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, בסיום דבריו האט די רבי ארום גערעדט בשבח הקהילה, און דערמאנט אז די קהילה איז נתייסד געווארן דורך די פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און איז געווען דאס ערשטע בית המדרש וואס די סאטמארער רבי זי"ע האט מייסד געווען אין אייראפע נאכן ביטערן חורבן, און אויפגעפאדערט פון די חסידים זיך צו פירן לויט זיינע הוראות אין אלע עניינים בדרך המסורה, צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך שלום נעמען כבני מרון.

נאכן קבלת פנים איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א, הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, און דערנאך איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס איבער די כשרות אין שטאט, און איבער די שווערע גזירה אויף די שחיטה וואס הויערט אויף די אנטווערפענער אידנטום. נאך מנחה אינעם אכסניא איז פארגעקומען א באשיידענעם באנקעט פאר די נגידי ופרנסי הקהילה – די לעצטע אין די סעריע קלענערע באנקעטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די לעצטע טעג, וואו הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט קארצע ווערטער און די רבי האט אנגעוואונטשן מברכות קדשו פאר אלע נדיבים.

שפעטער באנאכט האט די רבי באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א חדב"ן הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און די ספינקא רבי האט מפציר געווען ביים רבי'ן שליט"א צו פארבלייבן אויף שבת אין שטאט. פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די שטאטישע ישיבה ״עץ חיים ווילרייק״ בגלילות אנטווערפען, וואו עס דינט אלס ראש הישיבה הגה״צ רבי חיים ארי׳ שפּיץ שליט״א, א שוואגער פונעם רבי'ן שליט״א. די רבי איז אנטפאנגען געווארן דורך די ראשי ומנהלי הישיבה, און איז דאן ארויף אויפן ארון קודש און איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא וואס מען לערנט דעם זמן בין כותלי הישיבה און מסיים געווען מיט דברי מוסר והתעוררות. דערנאך האט דער ראש הישיבה הגאון ר' חיים ארי' שפיטץ שליט"א מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט פאסיגע דברי ברכה, און די תלמידי הישיבה זענען פאראיבער שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי געדאוונט מעריב ברוב עם בהיכל הישיבה, און נאך מעריב איז פארגעקומען א ענגע מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די הנהלת וצוות הישיבה. 

פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן צום פראכטפולן האטעל, אין א פאר-געגענט פון אנטווערפּען, ווי עס איז פארקומען די מלכות׳דיגע מאורע ״בונים עתידתינו״ געווידמעט פארן היימישן עולם חסידי סאטמאר תושבי העיר, וועלכע האבן זיך צונויפגענימען מיט אן אש להבה, פאר זייער אייגענעם עתיד מיט׳ן אויפבוי פונעם נייעם סאטמארער ביהמ"ד. דער מייסטער אנפירער און יושב ראש הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ן האט אנגעפירט די גאנצע מעמד מיט אן הילכיגע שטימע און קאלירפולע רעדע, און דער משמש בקודש הרב שמואל טייטלבוים שליט"א האט עלעקטזירט דעם ציבור מיט פאסיגע דיבורים און איבערגעגעבן די רגשי הלב פון סאטמארער חסידים אין אמעריקא וועלעכע קוקן ארויס צו זעהן די געטריישאפט און נאמנות פון די חסידים אין אנטווערפען וועלעכע שטעלן זיך ווי גיבורי חיל לטובת די הייליגע מוסדות. דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען די משא המעמד וחובת השעה.

אצינד גרייט מען זיך צום "סאמע הויכפּונקט" פון דער היסטארישער ״ביקור המרומם״ נעמליך, דער מעמד הגדול והנהדר ״הנחת אבן הפּינה״ וואס וועט אפגעראכטן ווערן מארגן דינסטאג אויף א פייערליכן פארנעם, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, מיט דער באטייליגונג פון כל קהלא קדישא הדין, און הונדערטער געסט וועלכע קומען צו פארן מרחבי אייראפע, ועל צבאם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט״א, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן