מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: JDN
פארגאנגענעם דאנערשטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט חיפה וואו דער רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון פון זיין פעטער הבחור הקדוש יצחק אייזיק יהודה יחיאל ראזענבוים הי"ד, בן זקונים פון הרה"ק רבי חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע בעל 'דבר חיים' וועלכער איז טראגיש אומגעברענגט געווארן דורך בריטישע זעלנער אנקומענדיג אויפן ארץ ישראל'דיגע באדן בשנת תש"ז און איז באערדיגט געווארן אויפן בית החיים אין שטאט חיפה. כמידי שנה בשנה האט די נאדבורנא רבי מתפלל געוועהן על קברו אין טאג פונעם יארצייט ג' כסליו וואו די רבי האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים און דערנאך געזאגט קדיש.