מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: אברומי בערגער, JDN
שטייענדיג עטליכע חדשים נאכ'ן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, ווען די הנהגת העדה באדמורו"ת בית סקולען, ווערט ווייטער נמשך לשם ולתפארת דורך בנו הגדול ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, האט דעם פארלאפענעם שב"ק פר' תולדות געהערשט א שמחה גדולה אינעם סקולענער הויף, ווען דער רבי שליט"א איז נאך גרויסע הפצרות פון די חסידים נעתר געווארן לבקשתם, און צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די שרביט ההנהגה, אריינגעקומען צום טיש פרייטאג צונאכטס פון שלום עליכם, אנדערש ווי ביז יעצט ווען דער רבי איז אריינגעקומען הערשט ביי כל מקדש.
ווי נאר די ידיעה האט זיך פארשפרייט אז דער רבי וועט מעריך זיין דעם שלחן הטהור מבואו ועד צאתו, אנגעהויבן פון שלום עליכם, האט זיך אנטוויקלט א מאסן אנלויפעניש פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, וואס זענען געקומען צו גיין לאנגע שטרעקעס פון אלע עקן שטאט, מיטצולעבן די לעכטיגע געשעעניש, ווען עס ווערט נתעורר באותו מקום די הייליגע "סקולענע טישן", וואס האט אויפגעברענגט ביים גאנצן ציבור געגועין וכיסופין ווען מ'האט זוכה געווען בהלו נר צדיקי בית סקולען על ראשם, און זיי האבן אפגעראכטן בנועם השבת די פרייטאג צונאכטס טישן וואס האט זיך געצויגן שעות על גבי שעות עד אור הבוקר.
צום באשטימטן זמן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש, בשבת אחים גם יחד, אינאיינעם מיט'ן יונגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א, ומה נהדר היה המראה, ווען די צוויי ברודער זענען זיך מחבב זה את זה מיט א זעלטענע אהבה וריעות. נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט געמאכט קידוש, האט ער מכבד געווען האדמו"ר מסקולען לינדען אויך צו מאכן קידוש בקול רם, און אזוי ווייטער במשך דעם טיש האט דער רבי מקפיד געווען צו פראווען אלעס אינאיינעם, סיי ביים וואונטשן לחיים, און דערנאך ווייטער ביי די זמירות וניגוני קודש, זייענדיג מכבד דעם ברודער ביותרת הכבוד. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל די באווארפן פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' משולם פייוויש מאסקאוויטש שליט"א משאץ, נאנטער מקורב און מחותן פון אדמור"י בית סקולען, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ מאנטריאל זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' משה יוסף מאסקאוויטש שליט"א משאץ ב"פ, וואו דער רבי האט באשיינט די שמחה.
דער ווידער-אויפפלאם פונעם סקולענער ברען און קדושת שבת האט זיך עקסטער געשפירט ביי שלש סעודות, ווען דער רבי האט אריינגעצויגן שלש סעודות ביז עטליכע שעה'ן נאכ'ן זמן, אפרעכטנדיג געהויבענע שעה'ן פון התעוררות והתרוממות הנפש. שפעטער מוצאי שבת איז דער רבי צום ערשטן מאל ערשינען צו "מלוה מלכה", און ווידער אפגעראכטן אויפ'ן דביקות'דיגן סקולענער שטייגער, זייענדיג מאריך מיט די הייליגע סקולענע ניגונים און זמירות מוצש"ק, משולב מיט א סעודת ר"ח, וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט ביינאכט.