אבד חסיד: הסתלקות פון הגה"צ ר' שמעון שפירא זצ"ל רופט אויס גרויס ווייטאג ביי חסידי ברסלב אלוועלטליך

מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויפ'ן עולם החסידות, ובפרט ביי טויזנטער חסידי ברסלב, מיט'ן הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, גדול בתורה ויראה, הגה"צ המשפיע רבי שמעון ישראל שפירא זצ"ל, זון פונעם אור מופלא רום מעלה הגה"צ רבי שמואל שפירא זצ"ל מגדולי מנהיגי ברסלב בארה"ק.

די אבידה פון רבי שמעון איז א פערזענליכער קלאפ און אבידה שאין לה תמורה פאר די הונדערטער מעריצים ושומעי לקחו וועלכע האבן געקוואלן און זיך אנגעשעפט מיט אוצרות התחזקות און חיות דקדושה פון זיינע פלאם פייערדיגע דרשות און עבודת הקודש וואס האט מלהיב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים, זעענדיג פאר זיך א דמות דיוקן פון א פארצייטישן עובד ה' וואס איז גענצליך אויסגעטון מהוויות עולם הזה און זוכט נאר דביקות בה' און עבודת הבורא בכל לבבו ונפשו.

רבי שמעון איז געבוירן געווארן אין ירושלים ר"ח אייר שנת תש"ח צו זיין פאטער הגה"צ רבי שמואל שפירא זצ"ל און זיין מוטער הרבנית פריידא ע"ה טאכטער פונעם בארימטן איש צדיק בירושלים של מעלה הגה"צ רבי יוסף קדיש קרישעווסקי זצ"ל.

פון קינדווייז אן האט רבי שמעון ארויסגעשיינט מיט זיין קדושה ופרישות, און מיט זיין גוט הארץ און גאלדענע מידות ווען כל כולו צייגט א מוסטער פון סבלנות בין אדם לחבירו. ער איז אזוי געשטיגן במעלות התורה והיראה, ווען ער האט שוין דאן אנגעהויבן זיין אויסטערלישע שמירת עינים ווען ער האט זיך בכלל מונע געווען פון ארויסגיין אין גאס, און אפילו ווען ער האט געמוזט ארויסגיין איז ער אלעמאל געגאנגען מיט בצידי דרכים מיט פארמאכטע אויגן.

נאך זיין חתונה האט ער ממשיך געווען מיט זיינע לימודים בתורת הנגלה והנסתר, און געשטיגן מעלות רמות, ווען ער האט אין לויף פון די יארן אנגעהויבן משפיע זיין פאר רבים וכן שלמים וועלכע האבן זיך אנגעשעפט מבארו הטהור מלוא חפניים התחזקות והדרכות ישרות בתורת הרה"ק רבי נחמן מברעסלאוו זי"ע ותלמידיו, און ער איז געווארן א מאגנעטישער קראפט פאר אידן עובדי ה' וועלכע האבן זיך ארום אים געקלאמערט און מקבל געווען לקחה של תורה וחסידות.

א ספעציעלע העכערע עבודה פלעגט רבי שמעון פראווען ביי די נעכט, וויינענדיג אויף גלות השכינה און אויף אידישע קינדער וואס זענען נעבעך פארלוירן געווארן פון אידישקייט. ער פלעגט זיך פירן צו זיין בעל תפלה יעדן ערש"ק בפניא דמעלי שבתא ביי מנחה, ווען ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון ארויסגעבן זיינע הרגשים ביי "ותחזינה עינינו בשובך לציון" וויינענדיג מאין הפוגות אויף שכינתא בגולתא.

אין די לעצטערע תקופה איז רבי שמעון שטארק נישט געזונט געווען, און טראץ זיין גרויסע חולשה דעם לעצטן חודש אלול, האט ער נישט מוותר געווען פון ארויספארן אויף ר"ה קיין אומאן, זייענדיג משתוקק בכל נימי נפשו צו זיין ביים קיבוץ הגדול אין אומאן ווי ער האט זיך אלע יארן מוסר נפש געווען דערפאר, און ווען ער האט באקומען אן ערלויבעניש פונעם דאקטאר, צו מאכן די לאנגע רייזע, איז ער תיכף ארויסגעפארן מיט מסירת נפש און בשארית כוחותיו האט ער געפראוועט דעם יום יו"ט ביים הייליגן רבי נחמן זי"ע.

נעכטן מאנטאג איז ער פלוצים צאמגעפאלן ביי זיך אין שטוב, און איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, און נאכ'ן פרובירן צו ארבעטן אויף אים א שטיק צייט האבן די דאקטוירים ליידער געמוזט הייבן הענט און באשטעטיגן אז נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש.

די מסע הלוי' איז ארויס פונעם בית הכנסת הגדול בירושלים, דער צענטראלער 'שוהל' פון חסידי ברעסלאוו אין שכונת מאה שערים, וואו פילע הונדערטער אידן האבן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון, און מיט געבראכענע געמיטער באוויינט על האי שופרא דבלי עפרא. על פי צוואתו פון רבי שמעון, וואס ער האט אין די לעצטע תקופה איבערגעגעבן בעל פה פאר זיינע מקרובים, אז מ'זאל אים ברענגען לקבורה ווי גיכער נאר מעגליך נאך זיין פטירה, האט מען זיך צוגעאיילט מיט די לוי', און ער איז געקומען לקבורה אויפ'ן הר הזיתים.

הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, איבערלאזנדיג אן אומערזעצבארער חלל ביי פילצאליגע דורשי ומבקשי ה' און חסידי ברעסלאוו בפרט וועלכע קענען שווער צו זיך קומען פון די אבידה גדולה שאין לה תמורה.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל