דאנערשטאג חיי שרה • כ' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעידט: יהושע פרוכטר
מיט גרויס התרגשות ווערט אויפגענומען ביי תושבי עיר התורה וחסידות לעיקוואד איבער אן ערשטמאליגער ביקור חיזוק און שבת מרומם אין שטאט דורכ'ן אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער וועט וויילן אין שטאט אויף לענגערע ימי הוד פון צוויי וואכן, משפיע צו זיין מהודו וזיווו אויף די תושבי העיר בכלל און חסידי וויזניץ בפרט.
דער וויזניצער רבי נעמט אונטער דעם באזוך אין לעיקוואד לרגל די פריידיגע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען די ארטיגע וויזניצע קהילה וואס וואקסט און בליעט לשם ולתפארת, רישט זיך אהערצושטעלן דעם נייעם ביהמ"ד מפואר, און פארוואנדלען דעם ביז יעצטיגן צייטווייליגן ביהמ"ד אלס פערמאנענטער ביהמ"ד, מיט פראכט און שיינקייט לכבוד בית ה'.
ווי אויך וועט דער רבי שליט"א אויסנוצן די געלעגנהייט און מעורר זיין די נדיבים בעם תושבי העיר זיך אנצושליסן ברוח נדיבה אינעם היסטארישן פראיעקט פון הקמת "מרכז עולמי" ישועות משה וויזניץ אין בני ברק.
דער רבי שליט"א וועט מופיע זיין בשערי העיר לעיקוואד ר"ח כסליו, מאנטאג ויצא, און אין לויף פון צוויי וואכן וועט אפגעראכטן ווערן א רייע מיט מסיבות און באנקעטן געווידמעט פאר נדיבים בעם, און צוגלייך וועט פארקומען טעגליכע זמני כניסה פאר'ן ברייטן ציבור לברך ולהתברך. דער הויכפונקט וועט זיין דער הייליגער "וויזניצער שבת" שב"ק פרשת ויצא, מיט'ן השתתפות פון הונדערטער תושבי העיר וואס וועלן האבן די זכי' מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן בצלא דמהימנותא פונעם וויזניצער רבי'ן.
דער נאכפאלגנדער שבת וישלח וועט דער רבי פראווען אויף א פארמאכטן פארנעם, מיט בלויז אן ענגע צאל מקורבים און בני משפחה.
די אכסניא פונעם רבי'ן וועט זיין בבית הרבני הנגיד ר' זכרי' ראטענבערג ראה"ק ק"ק וויזניץ לעיקוואד.