רירענדע באגעגעניש פון האד' מגור מיט מלחמה איבערלעבער וועלכע האט משמש געוועהן הרה"ק הלב שמחה מגור זי"ע אויפן שיף קיין אר"י

זונטאג חיי שרה • ט"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


א רירענדע באגעגעניש האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם ליל שישי, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט מנחם אבל געוועהן ביי הרה"ח הישיש ר' יצחק זאב לעפקאוויטש שיחי' א מלחמה איבערלעבער וועלכע איז מיטגעפארן מיט הרה"ק בעל 'לב שמחה' מגור זי"ע ובני משפחתו אויפן שיף פון מארסעי – פראנקרייך קיין ארץ ישראל, בשנת תש"ט, ווען דער לב שמחה איז ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין משפחה דאראונטער זיין צען יעריג בן יחיד כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.

די וואך האט דער גערער רבי מנחם אבל געווען ביי ר' יצחק זאב הי"ו וועלכער האט אויפגעוויקלט פארן רבי'ן, אז ער איז גאר געווען אויפן זעלבן שיף צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א און אביו דער לב שמחה וועם ער האט זוכה געוועהן צו משמש זיין דוכאויס יענעם נסיעה. דערביי האט ער געצייגט פאר'ן רבי'ן א בילד, ווי מ'זעהט דעם רבי'ן שליט"א אין יענע תקופה. דער רבי האט באטראכט דעם בילד און רעאגירט אז ער איז דאן געווען א קליין יונגל פון צען יאר, און דאס בילד איז געווען אויפן וועג ווען מ'האט זיך אפגעשטעלט אין בעלגיע.

רב לעפקאוויטש האט דערציילט פאר'ן רבי'ן שליט"א, אז אין יענע צייט האט דער לב שמחה געליטן פון שמערצן אויפן רוקן און ער האט דעמאלט זוכה געווען משמש צו זיין דעם לב שמחה און אים צושטעלן באנקעס לרפואה, כאטש ער האט נישט געהאט קיין מינדסטע השגה אז דער איד איז נישט קיין צווייטן וואו דער לב שמחה. ביז ער דארט באגעגענט דעם רבינ'ס שוועסטער און ער האט איר געפרעגט וויאזוי זי הייסט, און זי האט געענטפערט: אלתר, ווען דער לב שמחה איז געוואויר געווארן דערפון האט ער רעאגירט"א שאד ער האט נישט געפרעגט זיין זון". דער רבי האט עס באשטעטיגט בדרך צחות, זאגענדיג: "פון מיר וואלסטו דאס נישט געוואוסט"…

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן