שיירה פון האד' מסקווירא פארמישט אין קאר עקסידענט אין מאנסי, קיין געשעדיגטע ב"ה

מאנטאג וירא • י' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט אויפדערנאכט איז כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א געוועהן פארמישט אין א קאר עקסידענט זייענדיג אויפן וועג צום חתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר אין מאנסי.

די רבי'ס שיירה איז געוועהן אונטערוועגנס פון שיכון סקווירא קיין מאנסי אויף די וויאלע גאס ווען א שנעל פארביי-פארנדע קאר האט אריינגעקלאפט אינעם רבינס קאר און האט פאראורזאכנדיג מילדע שאדנס צום אויטא, קיינער איז בחסדי שמים נישט פארוואונדעט געווארן.

דער רבי און די משמשים האבן תיכף פארלאזט די סצענע און ממשיך געוועהן מיט די נסיעה מיט אן אנדערע קאר צו די "אר-סי-סי" קאמפלעקס וואו עס קומט יעצט פאר די חתונה הגדולה בשמחת בית צדיקים ובמקהלות עם רב.

דעם רבינס שיירה אויפן וועג צום חתונה אין מאנסי

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ