ברוך דיין האמת: הרבנית עהרנפעלד ע"ה אלמנת כ"ק גאב"ד מאטערסדארף זצ"ל נפטר געווארן בשיבה טובה‎

פרייטאג נח • ל' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענימען די בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת שיינא פיגל עהרנפעלד ע"ה אלמנת הגה"צ המפורסם רבי שמחה בונים עהרנפעלד זצ"ל גאב"ד מאטערסדארף וראש ישיבת חתן סופר וועלכער איז היינט נםטר געווארן אין טיפן עלטער פון 90 יאהר. דער רעבעצען איז געוועהן א טאכטער פון הגה״צ ר׳ שמואל אברהם זעלטנרייך זצ״ל אבד״ק טשאקאווא וועלכע האט געצויגן זיין ייחוס צום הייליגן צאנזער רב און נאך פילע צדיקים וקדושים אשר מפיהם אנו חיים.

זי איז אויפגעוואקסן אין גאליציע, אדורכגעמאכט די ביטערע מלחמה יארן און דערנאך אויפגעשטעלט דעם הערליכן שטוב על אדמת אמעריקא, קינדער און אייניקלעך זרע ברך ה', אלע יארן איז זי געשטאנען לימין הקודש פון איר גרויסן מאן דער מאטערסדארפער רב זצ"ל, סיי מיטן ישיבה און סיי די עניני הכלל אין וועלכן דער רב זצ"ל איז געוועהן אריינגעטוהן דינענדיג אלס חבר מועצת גדולי התורה.

די לוי' קומט פאר מארגן פרייטאג ערב שבת ביים ישיבת חתן סופר אין בארא פארק אויפן וועג קיין ארץ ישראל לקבורה, ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ