גאב"ד טענקא אין שפיטאל נאכן אומפאלן; וועט היינט דורכגיין פראצעדור‎

מיטוואך נח • כ"ח תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש


לקיים בנו חכמי ישראל: די נאכט איז כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א מזקני הרבנים אין שטאט בארא פארק אריינגענימען געווארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס דער רב שליט"א איז אומגעפאלן ביי זיך אין שטוב און דארף צוקומען צו באהאנדלונגען. דער רב שליט"א וועט היינטיגן מיטוואך דורכגיין א פארצווייגטע פראצעדור אין די קארנעל שפיטאל און וועט ווארשיינליך מוזן פארבלייבן אויף די קומענדיגע טעג אין שפיטאל אויף אבזערוואציע, דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לבריאותו השלימה וחיזוק כוחותיו פונעם רב שלי"א, מרן חיים אלעזר בן גיטל, בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל