שארפע דיבורים פון האד' מקרעטשניף קרית גת נאכדעם וואס פאליציי שטעלט אפ שמחת בית השואבה צוליב מסירה

מוצאי שבת בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש


א בהלה איז אנטשטאנען ביים שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות בחצר הקודש קרעטשניף אין קרית גת, ווען די פאליציי איז אנגעקומען בשעת די ריקודין ביים טיש און אפגעשטעלט די מוזיק – די צווייטע נאכט אין א רייע, נאכדעם וואס שכנים אינעם געגענט פון ביהמ"ד האבן זיך באקלאגט איבער די רעש וואס האט זיך ארויסגעהערט פונעם סוכה בחצר הקודש.

דער רבי שליט"א האט צוגערופן די פאליציי קאמיסאר מיט וועם די רבי האלט אן נאנטע באציאונגען און זיך באדאנקט פאר זייער ארבעט, ער האט קלארגעשטעלט פארן רבי'ן אז די פאליציי וואלט זיך נישט צוטוהן געמאכט פון די טענות אבער אזוי ווי די זעלבדע פאר יחידים צרי עין האלטן אין איין רופן בלויז אלס רשעות – כאטש די מוזיק שטערט זיי נישט – דארפן זיי טוען זייער ארבעט לויטן געזעץ.

נאכן טיש האט די רבי שליט"א געגעבטן דעם מייק און שלא כהרגלו געלאזט הערן גאר שארפע דיבורים, ארויסברענגענדיג די בושה וחרפה פאר א היימישע איד אויפצוהייבן א טעלעפאן און רופן די פאליציי צו פארטרייבן אידישע קינדער פון א שמחת בית השואבה.

דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אז ער איז נישט מקנא דעם איד – ווארשיינליך א שומר תורה ומצוות וואס האט גערופן די פאליציי, און צושטערט א שמחת בית השואבה וואו אידן קומען זיך צונויף נענטער צו ווערן צום בורא כל עולמים. די רבי האט מוחה געוועהן מנהמת ליבו זאגנדיג: ווען מען איז דא געטאנצן אין די גאסן אינעם חגא פון יום העצמאות ה' אייר מיט מוזיק ביז 4:00 פארטאגס איז מיר נישט בייגעפאלן צו רופן פאליציי, און געווייטאגט פארוואס דער ציוניסטישע חגא טאג זאל דען זיין אנדערש פון להבדיל דעם הייליגן יום טוב פון סוכות!

די רבי האט גאר שארף אנגעווארנט די אידן וועלכע האבן מיט גרויס רשעות צושטערט די שמחת בית השואבה סיי דאס יאהר און אזוי אויך די פריערדיגע יאהרן, פשוט להכעיס און געהייסן מפרסם צו זיין זיינע ווערטער עס זאל אנקומען צו די אידן, זיי זאלן תשובה טוהן און זיך אנטשולדיגן פאר די רשעות'דיגע אקט.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ