ברוך דיין האמת: נפטר געווארן הרה"ג ר' יצחק אלעזר שפירא ז"ל בן חורגו פון הרה"ק מבלאזוב זי"ע

דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ובפרט חסידי בלאזוב האבן היינט באגלייט למנוחות דעם חשוב'ן נפטר מגזע אראלים ותרשישים הרה"צ רבי יצחק אלעזר שפירא ז"ל, שטיף זון פון הרה"ק דער בלאזוב'ער רב זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 85 יאר.

הרה"צ רבי יצחק אלעזר ז"ל איז געבוירן אין פולין בשנת ת"ש צו זיין פאטער הרה"צ רבי ישראל אברהם קושיצקי ז"ל הי"ד, וועלכער איז געווען א נאנטער מקורב און בן בית ביי דער לעצטער ראדמאסקער רבי הרה"ק רבי שלמה חנוך זצ"ל הי"ד. בחסדי השי"ת האט ר' יצחק אלעזר איבערגעלעבט די קריג, אינאיינעם מיט זיין מוטער, וועלכע האט נאך די קריג, וואו זי האט פארלוירן איר מאן רבי ישראל אברהם, חתונה געהאט בזיוו"ש מיט'ן הייליגן בלאזוב'ער רב ז"ל, וועלכער האט מגדל געווען אירע צוויי קינדער, כ"ק אדמו"ר רבי צבי יהודה שפירא זצ"ל מבלאזוב, און דער נפטר הרה"ג רבי יצחק אלעזר ז"ל.

דער נפטר איז נתגדל געווארן על ברכיו פונעם גרויסן פאטער דער בלאזשובער רב און ער איז אלע יאר געשטאנען ליד ימינו מיט א אויסטערלישע געטריישאפט, שפעטער נאך זיין הסתלקות איז ער ווייטער געשטאנען צו די רעכטע האנט פון זיין עלטערן ברודער דער לעצטע בלאזובער רבי מיטן המשכת העדה הקדושה, ער האט קובע מקום געוועהן לתפילתו אין בלאזובער ביהמ"ד וואו ער איז געוועהן ארויפגעקוקט ביי יעדן. ער לאזט איבער נאך זיך זיין רביצין א טאכטער פון הגה"צ ר' נתן תאומים זצ"ל פון די חשובע רבנים אין די בראנקס, מיט וועם ער האט אינאיינעם אויפגעשטעלט דעם שיינעם דור ישרים ומבורך בנין וחתנין רבנן, די דריי זין הרב אברהם שליט"א, הרב יוסף שליט"א און הרב משה שליט"א.

די לוי' איז היינט ארויס פון בית מדרשו של אביו, דער בלאזוב'ער ביהמ"ד אין בארא פארק, און דערנאך איז די מטה געפירט געווארן קיין ארץ ישראל, וואו דער נפטר וועט קומען לקבורה אויפ'ן חלקת חבת ירושלים אין הר הזיתים, נעבן מקום מנוחת קדשו פון אביו הרה"ק מבלאזוב ז"ל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ