מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א ערשטמאליגע שריט איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש סאטמאר, אז דעם קומענדיגן חול המועד סוכות, וועט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפרעכטן א אייגנארטיגע טיש און שמחת בית השואבה ספעציעל געאייגענט פאר די טויזענטער סאטמארער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות.
די ערשטמאליגע און היסטארישע "יום שכולו טוב", וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג יום ג' דחוה"מ סוכות הבעל"ט, ווען אלפי בחורי ישיבות סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יורק, וועלכע רעכענט אריין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און קרית יואל, וועלן קומען צו פארן באתרא דמר צום ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל און דארטן אפרעכטן די עבודת היום בצל הקדוש פונעם רעיא מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
לויטן פלאן וועלן די בחורים האבן די זכי' צו דאווענען תפילת שחרית הלל ומוסף בצל הקודש, און דערביי מיטהאלטן די געהויבענע עבודת הנענועים פון רבי'ן שליט"א. נאכ'ן דאווענען וועט די רבי מעריך זיין שולחנו הטהור לכבוד היום און לכבוד דעם רבינס 'אושפיזא דאהרן' אינאיינעם מיט די טויזנטער תלמידים חביבים, ביים טיש וועט דער רבי פארברענגען מיט די בחורים, אין צוגאב צו לעבעדיגע ריקודין לכבוד יום טוב ביי וועלכן די רבי וועט זיך מיטפרייען בשמחת המועד. צום קלימאקס וועט מען זוכה זיין צו הערן דברי תורה דברי התחזקות והדרכה פונעם רבי'ן שליט"א.