באזוך פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אין בארימטע 'וואלפסאן' ישיבה לאזט טיפן איינדרוק אויף תלמידי הישיבה‎

זונטאג וזאת הברכה ב' • י"א תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דוד ארזני און רפאל שווארץ


פארלאפאנעם וואך עשרת ימי תשובה האט מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' אפגעראכטן א באזוך אין די בארימטע 'וואלפסאן' ישיבה, ישיבת נתיבות החכמה. דער גאון איז אויפגענימען געווארן בכבוד הראוי דורך די ראשי הישיבה, און האט אויפגעטרעטן מיט א שיחת חיזוק כהכנה דרבה צום יום הקדוש פאר די הונדערטער תלמידי הישיבה וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל מקצה אל קצה לשמוע את דבר ה'.

א געהויבענע שטימונג האט געשוועבט אין די לופטן ווען דער פוסק הדור האט א לענגערע שעה משמיע געווען דברי חיזוק און מעורר געווען די בחורים לתשובה ופשפוש המעשים, איבערהויפט ווען ער האט אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין און אויסגעשריגן מנהמת ליבו הטהור 'חטאנו עווינו ופשענו לפניך' וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די בחורי חמד. נאכן שמועס האבן די הונדערטער בחורים ארויסבאגלייט דעם גאון לרחובה של עיר בשירה וזמרה.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן