דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
היינט ביום שלש עשרה מידות איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א צום ערשטן מאל אפגעראכטן דער מנהג פון תשליך ביי א קוואל. אלע יאהרן ביז היינט פלעג מען אפרעכטן תשליך אין גרויסן ביהמ"ד אין ירושלים.
נעכטן מיטוואך האט די רבי שליט"א – אומערווארטעט אויסגעדריקט רצון קדשו פאר די מקורבים אפצורעכטן תשליך היי יאהר ביי א מעיין כנהוג מקדמת דנא, היינט נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן צום מעיין ליפתא בגלילות ירושלים עיה"ק ווי מען האט געזאגט די פסוקים בהשתפכות הנפש און געזינגען ניגוני ימים נוראים כנהוג.