מאנטאג וזאת הברכה א' • ה' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שוקי לרר
חסידי ראחמיסטריווקא האבן דעם צווייטן ראש השנה מיטגעלעבט א דבר פלא בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, ווען דער רבי האט זיך גאר שטארק צוגעאיילט מיט'ן עבודת היום, אנדערש ווי זיין שטייגער און פארענדיגט תפלת המוסף אזוי פרי ווי 5 אזייגער נאכמיטאג! מפני קדושת יום השבת המשמש ובא.
ווי באקאנט טוט דער ראחמיסטריווקא רבי אפרעכטן עבודת קדשו אין א בחינה פון "למעלה מן הזמן", זייענדיג מאריך מיט זיינע התלהבות'דיגע תפילות פאר שעות ארוכות, און אפילו אין אזא יאר ווי ס'איז יעצט געפאלן, יום טוב ערב שבת, ווען מ'איילט זיך אונטער צו האבן גענוג צייט זיך צו גרייטן צום שבת, גייט דער רבי אן מיט זיין עבודת הקודש בלי שום שינוי.
לויט ווי ס'איז שפעטער באקאנט געווארן איז די סיבה פונעם רבי'נס יעצטיגע צואיילן זיך ביים דאווענען, געקומען נאך א שיחת קודש וואס ער האט געהאט פארלאפענעם ליל שישי האזינו, מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ביים גראנדיעזן דינער אין שטאט בני ברק לטובת דעם "קרן עולם התורה", וואו דער ראחמיסטריווקא רבי האט זיך געטראפן מיט'ן צאנזער רבי, און ס'האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס, ווען צווישן אנדערן האט דער צאנזער רבי דערציילט פאר'ן ראחמיסטריווקא רבי'ן, אז אין אזא יאר ווען ר"ה געפאלט ערב שבת, האט דער פאטער הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע זיך גאר שטארק צוגעיאגט דאס דאווענען, און ער פלעגט פארציילן אז דאס האט ער צוגעזען ביי אביו הרה"ק מרודניק זי"ע, וואס האט ממש געענדיגט אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן, און ער האט געגעבן א טעם דערויף, אז דאס זיך יאגן לכבוד שבת ברענגט די גרעסטע המתקת הדינים וואס קען נאר זיין.
ווי נאר דער ראחמיסטריווקא רבי האט געהערט וועגן דעם גודל הענין זיך צוצויאגן, וואס איז גורם אזא געוואלדיגע המתקת הדינים, אין וואס כלל ישראל נויטיגט זיך יעצט ווי קיינמאל בעפאר, האט דער ראחמיסטריווקא רבי געגעבן די הוראת הקודש פארן בעל תפלה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אויף תפלת המוספין, הרה"ג ר' פנחס שיש שליט"א, אז ער זאל זען צו פארענדיגן גענוג פרי אז ס'זאל בלייבן גענוג צייט זיך צו גרייטן אויף שבת. וכך הוה, ווען תפלת מוסף האט געדויערט אין א היסטארישע שנעלקייט פון א קארגע שעה מיט פערציג מינוט, און אויף 5 אזייגער איז מען שוין געווען פארטיג מיט'ן דאווענען.