האד' מסקולען לינדען טרעט אויף מיט דרשת הכנה לימים הנוראים אין ישיבת קארלין סטאלין אין בארא פארק‎

זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י. – jdn


נעכטן דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א אויפגעטראטן מיט א שיחת חיזוק אין ישיבת קארלין סטאלין אין בארא פארק. אנהויב די דברות קודש האט דער רבי דערמאנט זיין באקאנטשאפט מיט די סטאלינער קהילה אין בארא פארק, וואו דער רבי האט געלערנט איבער צען יאר בין כותלי הביהמ"ד, אין די בארימטע סטאלינער כולל אין בארא פארק. דאן האט דער רבי ארומגערעדט ווארימע דברי התחזקות לראת די ימים הנוראים הממשמשים ובאים און בתוך דבריו דערמאנט געהויבענע שטריכן פון זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זי"ע וואס מ'שטייט אצינד אינמיטן די שלושים ימי אבל להסתלקתו. נאכן שמועס זענען די בחורי הישיבה אריבער מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן