זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: פון לאנדאן איז היינט אנגעקומען די טרויעריגע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית מרת רבקה גאלדא ברייש ע"ה, אלמנת הגאון רבי חיים ברייש זצ"ל ראש ישיבת 'מתיבתא' אין לאנדאן ובעל מחבר ספר 'חלקת חיים', וועלכע איז נפטר געווארן אין עלטער פון 75 יאהר נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע.
די נפטרת איז געווען א טאכטער פון הגאון ר' מאיר גדלי' עסטרייכער זצ"ל פון די אנגעזענע פרעזענדלכקייטן און גרויסע תומכי תורה אין לאנדאן וועלכע האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די מתיבתא ישיבה אין לאנדאן, איר מאן הגאון רבי חיים ברייש זצ"ל וועלכע איז פריצייטיג נפטר געווארן מיט 12 יאהר צוריק איז געווען א זון פון הגאון רבי שמעון ברייש זצ"ל מראשי ק"ק אגודת אחים אין ציריך שווייץ, א זוהן פון הגאון האדיר רבי מרדכי יעקב ברייש זצ"ל בעל 'חלקת יעקב' גאב"ד ציריך.
די נפטרת לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך איר זון הרבנים הגאונים רבי פנחס דוד ברייש ר"מ בישיבת סאטמאר לאנדאן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א, און רבי מרדכי יעקב ברייש פון ירושלים, די חשובע איידימער הרה"ג ר' אברהם שמואל ליבערמאן ר"מ בישיבת מתיבתא אין לאנדאן, הרה"ג ר' אברהם שמואל ראנד פון בני ברק און הרה"ג ר' אברהם אייגער. צווישן אירע שוואגער'ס ציילן זיך הגאון הגדול רבי אברהם יהושע הלוי סולובייציק ראש ישיבת בריסק, הגאון רבי חיים פיינשטיין ראש ישיבת עטרת שלמה, און הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים.
די לויה גייט ארויס מארגן מאנטאג אינדערפרי פון איר שטוב אין לאנדאן, שפעטער אויפדערנאכט וועט די ארון אנקומען קיין ארץ ישראל ווי די נפטרת וועט קומען לקבורה.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.