גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי האד' מסקווירא און ביים ציון הרה"ק מסקווירא זי"ע

מיטוואך פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו די אדמור"ים האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו לכבוד השמחות במעונם און די מאקאווא רב האט איבערגעגעבן א קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים. דערנאך האט דער רב שליט"א באזוכט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא וואו ער איז ארומגעוויזן געווארן דורך די ראשי העסקנים. פון דארט איז די רב שליט"א אנגעקומען אויפן בית החיים אין סקווירא שטעטל וואו ער האט מתפלל געוועהן ביים ציון הק' פון הרה"ק מסקווירא זי"ע לקראת די חתונה פון אן אייניקל וואס קומט פאר היינט אין מאנסי.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן