מסיבת לחיים במעונו פון האד' מוויזניץ לכבודו פון העסקן ר' מרדכי בבציק הי"ו נאמן בית האד' מגור

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


היינט פארמיטאג האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעראכטן א ספעציעלע מסיבת לחיים בביתו נאווה קודש לכבוד די חתונה פון די כלה עלסטער קינד פונעם בארימטן עסקן און כלל טוהער הרה"ח ר' מרדכי בבציק הי"ו נאמן בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און פון די פירנדע עסקנים ביים יהדות החרדית אין ארץ ישראל, אלס הכרת הטוב פאר זיינע פעולות לטובת הכלל און בפרט פאר ק"ק ומוסדות וויזניץ.

דער רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און אנגעהויבן א ניגון שמחה, און דערנאך פארטיילט שיריים און ווארעם אנגעוואונטשן די חתן, מחותנים, זיידעס און די אנוועזנדע עסקנים פון די וויזניצער קהילה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל