העלישע פייער האט אויסגעבראכן אין מחנה קאסאן אין וואדבארן; ב"ה אן קיין מענטשליכע שאדנס

זונטאג פ' שופטים • כ"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


א העלישע פייער האט די נאכט אויסגעבראכן אין מחנה קאסאן אין וואדבערן וואו א גרויס טייל פונעם קעמפ איז ארויף אין פלאמען, די פייער האט פארניכטעט די פיר שטאקעדיגע בנין אין קעמפ אויף ריווערסייד דרייוו, בחסדי שמים זענען די ספרי תורה געווארן צייטליך ארויסגעראטעוועט און יעדער איז עוועאקואירט געווארן פון די בנין אן קיין מענטשליכע שאדנס. אויך דער ביהמ"ד איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן אינעם שריפה. טייל פונעם בנין איז איינגעפאלן פון די פלאמען, און פייערלעשער פון אלע ארומיגע געגענטער האבן נאך א לענגערע צייט געברענגט די פייער אונטער קאנטראל. די פייער האט אנגעברענגט א שטארקע רויעך אין די גאנצע אומגעגנט, און די אורזאך פון די פייער ווערט אויסגעפארשט.

כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א האט זיך נישט געפינען אין קעמפ בשעת די שריפה, דער רבי וועלכע האט זיך שוין אומגעקערט אהיים קיין לינדען האט היינט אינדערפרי ערהאלטן די שווערע נייעס זייענדיג מצדיק דין שמים באהבה, און זיך אינטערסירנדיג איבער די וואוילזיין פון די תושבי המחנה.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ