מוצאי שבת פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א היסטארישע דורכברוך און א לעזונג צו די שרעקליכע דירות קריזיס אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פראקלאמירט די פריידיגע דראמאטישע הכרזה ביים סעודת הילולא פאריגן ליל שישי כ"ו אב, אויף פרישע פראיעקטן פון 2000 גאר ביליגע דירות אינעם עיר הצדק קרית יואל א מאסיווער פלאן צו דערפרייען און פארגרינגערן פאר טויזנטער תושבי העיר.
ביי די דברות קודש האט דער רבי מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, און איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און אז יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס.
דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט ער אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און ער איז געקומען צו די הכרה אז מען קען בויען אפילו פאר $300 א סקווער פיס און מאכן שיין ריוח, דעריבער האט מען מסדר געווען אז דער ווילעדזש וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז, זאגנדיג אז דער דעוועלאפער מוז טאקע פארדינען שיין, ווייל ער לייגט אריין שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!
דא האט דער רבי געמאלדן איבער די אומגלויבליכע נדבה פון הנגיד מו"ה עקיבא צבי קליין הי"ו וואס באַשליסט צו קעגנקומען דעם רבי'ן און פאַרקויפן אלע דירות אין שכונת ויואל משה פאר בלויז $300 א סקווער פיס!, די רבי האט באטאנט אז ר' עקיבא הערש איז אפילו נאך קאוויד נישט ארויף מיט די פרייזן פון די דירות, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען עטוואס העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה איבער פערמיטס זינט עס האט שוין אלע פערמיטס, אבער דאך – האט דער רבי אויסגעפירט – "איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!" און ער גייט פארקויפן די גאנצע איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז $300 א סקווער פיס!
דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט "צום וואוינען", אבער נישט אויב ער קויפט צו אינוועסטירן, און נאר פאר "תושבי קרית יואל". אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז פון $300 "אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה" אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז. דאס איז אין צוגאב דעם "קאַרלסבורג שטח" וואס די ועד הקרי' טוט דעזיגנירן צו פאַרקויפט ווערן פאר גאר ביליג, צום בויען נאך קרוב צו 1,000 אפארדעבל דירות פאר די נייע פרייזן פון $300 א סקווער פיס, ספעציעל געווידמעט אז חסידי סאטמאר זאלן בע"ה קענען צוקומען צו אַ גאָר ביליגע דירה בתוככי עיר הקודש!
ביי די דברות קודש האט דער רבי אויך דערמאנט די געפלאנטע "אנעקסעישן" צו אריינברענגען נאך שטחים, זאגנדיג אז די דירות קאמיטע וואס איז עוסק אין די דירות פרייזן וועלן אויסשטעלן א תנאי פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם אפליקאציע פונעם ועד הקרי', און נאר ווער עס וועט זיך וועלן צושטעלן וועט קענען אריינקומען צום קרית יואל ווילעדזש.
דער רבי האט מסביר געווען בטוב טעם אז יעדער ווייסט אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, קומט אויס אז די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, דעריבער וועט די ועד אויסקלויבן נאר די וואס ווילן טאקע צושטעלן דירות פאר ביליגע פרייזן.