דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט א געוואלדיגן התרגשות גרייט זיך דאס יהדות החרדית אפצוצייכענען די הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל וואס געפאלט אויס קומענדיגן מאנטאג, ער"ח אלול. עס גלייבט זיך נישט אז שוין א גאנץ יאר איז דורך זינט דער אידישע וועלט איז פאר'יתומ'ט געווארן מיט דאס הסתלקות לשמי רום פונעם ראחמיסטריווקער רבי'ן זצ"ל, וואס איז געווען אזוי פארהייליגט ביי אידן, און אידן האבן געשפירט פאר א זכי' אריינצוקומען צום רבי'ן, זיך מתחמם צו זיין לאורו, מיטצוהאלטן די התעוררות'דיגע תפלות, די הייליגע טישן, און בכלל די געהויבענע הנהגה פון רבי'ן, מלא קדושה און מלא חן, פארשטעלנדיג דעם דמות פון די פריערדיגע צדיקים קדושי עליון זי"ע וועמענס הנהגה דער רבי האט אפגעשפיגלט מיט זיין געהויבענעם דמות. וברוך ה' אשר לא השבית גואל, ווען די המשכה פונעם ראחמיסטריווקער רבי'ן זצ"ל ווערט פארגעזעצט אין די ראחמיסטריווקער קהלות און בתי מדרשים אומעטום, בראשות בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א, ובפרט בבית מדרשו של רבי, דער ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק וואו דער רבי זצ"ל האט אזויפיל יארן געפראוועט זיין עבודת הקודש, זייענדיג דער תל תלפיות פאר טויזנטער אידן וואס זענען געקומען פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן דעם רבי'נס געהויבענע עבודה, וואו די עבודה ווערט ווייטער נמשך דורך בנו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
אצינד שטייענדיג פאר די הילולא קדישא, גייען אן די גרויסארטיגע הכנות דורך חסידי ראחמיסטריווקא אומעטום, וועלכע גרייטן זיך מיט אן הכנה דרבה, אפצוצייכענען די הילולא קדישא, דערביי מעלה צו זיין על נס זכרונו של צדיק אויף א געהויבענעם פארנעם דער גייסט פון די הילולא קדישא וועט זיך שוין שפירן היינטיגן שבת, שבת מברכין החודש אלול, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די בתי מדרשים פון בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א וואו מען וועט ביי די עריכות השולחנות במשך דעם גאנצן שבת מעלה זיין זכרונו הבהיר, ובפרט ביי די מלוה מלכה'ס מוצאי שבת ביי וועלכן מ'וועט דערציילן סיפּורים וזכרונות פונעם רבי'ן זצ"ל.
זונטאג נאכט, אור ליום ההילולא וועט אפגעראכטן ווערן די צענטראלע סעודת הילולא, אינעם גיגאנטישן בעלזער זאל אין בארא פארק וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגן געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון אלפי חסידי ראחמיסטריווקא פון אומעטום. גלייך בליל כניסת ההילולא, וועט מען דאווענען מעריב ברוב עם אין היכל ביהמ"ד הגדול הגדול דראחמיסטריווקא, אנגעהויבן מיט תפלת מעריב דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א בהיכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך די אנדערע ברידער כ"ק האדמורי"ם שליט"א אין די באזונדערע שטיבלעך אין ראחמיסטריווקער ביהמ"ד.
די סעודת הילולא רבתי וועט אי"ה אפגעראכטן געווארן בראשות כ"ק האדמורי"ם שליט"א פון אלע מקומות, וועלכע וועלן צוזאמען מעריך זיין דעם שולחן הטהור לרגל ההילולא, ולידם נאך פילצאליגע רבנים גאו"צ שליט"א ובראשם הגה"צ אבדק"ק ראחמיסטריווקא-מאנסי שליט"א ברודער פון רבי'ן זצ"ל, וועלכע וועלן באשיינען דעם מעמד. צומארגענס מאנטאג איבער'ן טאג וועלן די אדמורי"ם שליט"א יורד זיין לפני התיבה צו די תפלות, און וועלן אויפנעמען דעם ציבור לפתקא ופדיון, און שפּעטער ארויפגיין צום ציון הק' אויף ביה"ח הר שלום אין מאנסי, פוקד צו זיין מקום מנוחת קדשו.
ספעציעלע הכנות גייען טאקע אן אויפ'ן ביה"ח צו קענען אקאמאדירן די אלפי ישראל וואס זענען דערווארטעט אויפ'ן ציון המצוינת, און עס ווערן איינגעשטעלט ספעציעל איינריכטונגען צו קענען אקאמאדירן די אלפי ישראל וואס וועלן פוקד זיין דעם ציון הק'. במשך דעם טאג פון די הילולא וועט דער ביה"ח דק"ק ראחמיסטריווקא זיין אפן נאר פאר מענער, אזוי צו פארמיידן תערובות, און עס וועלן זיין צוגעשטעלט גרויסע שאטערס פאר'ן באקוועמליכקייט פון די אלפי ישראל וואס וועלן באלאגערן דעם ציון הק' ביום הילולא. עס איז צום האפן אז מה כאן עמד ושימש, וועט דער רבי זצ"ל ווייטער מתפּלל זיין פאר אידישע קינדער, און משפיע זיין פאר אידן כל מילי דמיטב.